מכתב יומי

כז אב תשע"ט

August 28 2019

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל איז געווען א מלך וואס האט איינגענומען אסאך מדינות און ווען ער האט שוין אלעס איינגענומען און ער האט געוואלט אריין גיין אינעם פאלאץ האט ער זיך אויסגעדרייט און געזאגט פאר זיינע מיליטער לייט: "מיר קענען נישט אריין גיין אין פאלאץ ווייל עס איז דא א שפינען וועבאכטץ (ספיידער וועב) ביים אריינגאנג"; דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה: "איז דא א גרעסערע שוטה פון דעם קעניג? האסט דאך אלעס איינגענומען, און יעצט וועגן א קליין ביסל שפינען וועבאכטץ זאלסטו אלעס אפלאזן?" דאס זעלבע פרעג איך דיר: "דו ביסט אלעס איבערגעקומען, פארוואס זאלסטו נישט פאלגן דעם רבי'ן און טון וואס ער הייסט אונז? דו וועסט דאך נאר פארדינען פון דעם!"


זיי שטארק אין אנגרייטן נעגל וואסער - סיי פאר דיר און פאר דיינע קינדער; לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן נישט אראפ גיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז געקומען א פרוי צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער, בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער; דעריבער זאלסטו מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער פאר'ן שלאפן גיין און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפ גיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


פאר דו גייסט זיך לייגן שלאפן זע צו עסן אפאר פרקים משניות און טרינקען אפאר קאפיטלעך תהילים; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָה פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כַּךְ אֵיזֶה קַאפִּיטְלֶיךְ תְּהִלִים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם וואס עסט אפאר פרקים משניות, טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.