מכתב יומי
כו אדר ב' תשע"ט
April 02 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ווען וועסטו זיך אויפוועקן פון דיין שלאף? ווען וועסטו זיך כאפן - ווען דו וועסט שוין אלעס פארלירן?! יעצט ווען מען רוימט אויס די חמץ רוים אויס די עקלדיגע מאוויס וואס דו קוקסט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", מיט קוקן אפאר מינוט עבירות קען מען אלעס פארלירן.
דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים רבי'ן אין שטוב איינמאל פאר פסח ווען מען האט איבער געפארבט די דירה און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבער דעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבער געדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס איז דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך"; איז יעצט פאר פסח ווען מיר רוימען אויס די חמץ איז די צייט צו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן כח אפצולאזן מיינע שלעכטע רגילות'ן, מיינע שלעכטע געוואוינטהייטן; איך זאל אוועק ווארפן מיינע עבירות און איך זאל אפהאקן אלע שייכות מיט די מענטשן וואס שלעפן מיר צו טון עבירות".
קויף פאר דיין ווייב א מתנה לכבוד יום טוב; זי איז דיר אזוי געטריי, זי בויט מיט דיר אזא שיינע שטוב און זי איז דיר נישט קיין מניעה צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, זאלסט איר קויפן א שיינע מתנה לכבוד יום טוב.
אם ירצה ה' מארגן נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום - סיי אין ישיבה, אין קרית יואל, אין מאנסי בית המדרש און אויך אין בית שמש; נאך אביסל וועט זיין אין יעדע שטאט א שטוב וואו די פרויען וועלן זיך צוזאמקומען און הערן ווערטער פון רבי'ן. זע אז דיין ווייב זאל קומען מיט האלטן.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מען ענדיגט שוין דעם בנין אין אומאן; היינט איז אנגעקומען א טרעילער ציגל און מען הייבט אן לייגן ציגל אויפ'ן דריט'ן שטאק. איך דאנק דיר פאר'ן זיך אנשטרענגען און זיך אזוי איבערגעבן אז מיר זאלן האבן א פלאץ ווייטער ממשיך צו זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. אם ירצה ה' גלייך נאך פסח וועט מען אנהייבן צוזאמנעמען געלט פאר בעטן פאר תלמידי היכל הקודש; אז דו ווילסט קומען דאס יאר צוזאמען ביי אונזער ווינקל, זאלסטו זיך פארבינדן מיט האברך ... נרו יאיר.
איך שיק דיר דא בילדער דו זאלסט זען ווי מען ענדיגט דעם בנין אין אומאן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זע צו טון חסד מיט דיין חבר; אז דיין חבר דארף צעטיילן זיינע קינדער פאר א וואך צוויי, למשל ווען ער דארף האבן א קינד וכו' און ער קען נישט האלטן זיינע קינדער אין שטוב טו מיט אים א חסד און נעם א קינד. א יונגערמאן פרעגט מיר: "וואס זאל איך טון; איך גיי האבן א קינד למזל טוב, משפחה האב איך נישט, חברים קענען נישט, וואס טו איך דא?" בעט איך דיר, אויב איז שייך זיך אנצושטרענגען פאר א וואך צוויי צו טון א טובה פאר א חבר און אים העלפן, איז דאס זייער א גרויסע מצוה.
בנוגע וואס דו לויפסט נאך דאס געלט וכו'; געלט וועט דיר נישט העלפן, מיר האבן א באשעפער און צו אים דארף מען זיך ווענדן. דער כתב סופר טייטשט אויס דעם פסוק (תהילים נא, טז): "הַצִּילֵנִי מִדָּמִים אֱלֹקִים", אז דוד המלך בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיר איך זאל נישט מאכן פון מיין געלט אן אפ-גאט"; דאס איז ממש די זעלבע ווערטער וואס דער רבי ברענגט ביי די מעשה פונעם 'בעל תפילה' (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז די מענטשן פון די לאנד פון עשירות האבן געמאכט פון זייער געלט ג-ט'ן, מלאכים, מענטשן און חיות וכו'.
מיר פארן קיין אומאן נאר אויף ראש השנה; דעמאלט האט דער רבי געהייסן מען זאל קומען צו אים. יעצט אויף שבת ראש חודש ניסן בלייב אין שטוב העלפן דיין ווייב אריין ברענגען דעם פסח; אפילו דו ביסט אויסגעמאטערט פון א גאנצן טאג ארבעט זאלסטו איר מוטיגן מיט גוטע ווערטער. לאז אפ טענה'רייען; מוהרא"ש האט געזאגט אז אויב מאן און ווייב קומען זיך נישט אויס וכו' זאלן זיי אראפ שרייבן זייערע טענות אויף א צעטל און דאס אריין ווארפן אינעם פייער ביי שריפת חמץ און אנהייבן א נייעם בלאט אין זייער לעבן.
געדענק וואס רבי נתן האט געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" דאס דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי לאנג נאך וועל איך זיך ארום דרייען דא ווי א גולם?! איך וויל שוין שפירן אביסל ווי דו ביסט מיט מיר, איך וויל זוכה זיין צו רעדן צו דיר, צום פֶּה-סָח".
א גוטע נאכט.