מכתב יומי
כו אייר תשע"ט
May 31 2019
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג ביי דיר אין שטוב; איך בעט פאר דיר אז דו זאלסט האבן פרנסה בריווח.
וויסן זאלסטו אז מען דארף האבן אויף די וועלט אסאך סבלנות, - בפרט ווען עס קומט צו שלום בית; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף דברים שבינו לבינה אזויפיל וויפיל בענדער ליקוטי הלכות איך האב געשריבן"; ווען א פרוי שפירט ווי איר מאן פארשטייט איר צער און ווייטאג - דאס אליינס בארואיגט איר.
זיי פרייליך דורכאויס שבת; טאנץ און שפרינג פון שמחה א גאנץ שבת. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין די גאנצע צייט מיט א שמייכל; דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן דערפאר מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, אזוי ארום גייט מען אריין אינעם שבת קודש צעקריגטערהייט.
איך שיק דיר דא מיט בילדער פון אומאן; געב א קוק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט, עס בויט זיך א בנין אן קיין עשירים און אן קיין נגידים, אן גארנישט - נאר מיט די הילף פונעם אייבערשטן.
עס איז כדאי דו זאלסט אויסהערן די נעכטיגע שיעור ווי דו וועסט הערן וואונדערליכע עצות אויף שלום בית פון מוהרא"ש; אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם גורלינו - אז מיר ווייסן פון אזא רבי'ן, וואו וואלטן מיר געווען און ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן; א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע מצבים, א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זענען נישט אליינס און מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.
א פרייליכן שבת.
איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום די וואך. איך האב גערעדט מיט מסירות נפש, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געהייסן. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש צי קען איך אריבער ברענגען א קעמערע אז מוהרא"ש זאל געבן א שיעור און מען וועט דאס אויפשפילן פאר די פרויען, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "אדרבה, קום אריבער אינמיטן די וואך און איך וועל זיי געבן א שיעור וכו'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "אבער איך וועל רעדן אפענע דיבורים", מוהרא"ש האט מיר דאס איבערגעזאגט עטליכע מאל: "איך וועל רעדן אפענע דיבורים"; ווייל אין אלע פעלער ווי יונגעלייט און ווייבלעך גט'ן זיך זענען שולדיג די חתן טיטשערס און כלה טיטשערס, צוליב דעם וואס זיי לערנען מיט חתנים און כלה'ס פאלשע לימודים, חומרות און פרישות, וואס דאס ברענגט אלע גט'ן רחמנא לצלן, און אז מענטשן פאלן אוועק פון אידישקייט.
למעשה איז מוהרא"ש אריין אין שפיטאל יענע וואך און איז א קורצע צייט שפעטער נסתלק געווארן. דאס איז געווען די לעצטע שמועס וואס מוהרא"ש האט גערעדט מיט מיר איידער ער איז אריין אין שפיטאל. טו איך יעצט וואס מוהרא"ש האט געהייסן, און מען שפילט אויף א שיעור פאר די פרויען וואו מען הערט די דיבורים פון מוהרא"ש.
רבי נתן האט אמאל געזאגט: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש", ווען אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט דאס געהערט איז זי געווארן ברוגז אויף רבי נתן, היתכן ער רעדט אזוי: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש"; האט איר רבי נתן געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש, אבער נאר בזכות פונעם רבי'ן", און מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין טיש איז שענער פון רבי נתנ'ס טיש און פון רבינ'ס טיש, אבער אלעס בזכות פון רבי'ן", וד"ל.
מאכטס א גוטע קיגל לכבוד דעם שבת מברכים חזק חזק; אייער מאן נרו יאיר האט מסיים געווען גאנץ ספר ויקרא - שנים מקרא ואחד תרגום, זאלט איר אים מאכן א קוגל לכבוד די סיום.
א גוט שבת.