מכתב יומי

כו אייר תשפ

May 20 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


נעכטן נאכט בין איך געווען אין קרית יואל, מאנרא, ביי א מסיבה לטובת אונזער כולל וואו עס זיצן אינגעלייט און לערנען בהתמדה רבה. די מסיבה איז פארגעקומען ביי האברך החשוב ... נרו יאיר, מען האט צוזאמגערופן די מסיבה צאמצונעמען געלט, למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז מען האט אינגאנצן פארגעסן פון געלט, מען האט אנגעהויבן רעדן פון רבי'ן, עס איז געווארן אזוי ליכטיג, עס איז געווען אזוי שיין. אזוי ווי עס האט אמאל פאסירט ביי רבי נתן, ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין איינעם פון אנשי שלומינו און מען האט זיך פארשמועסט פון רבי'ן ביז עס איז געווארן אזא ליכטיגקייט, מען האט אנגעהויבן טאנצן און פאטשן: "אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו", שפעטער ערשט האט מען זיך געכאפט 'ווי קענען מיר טאנצן, מיר זענען דאך אבלים?!' אזוי איז געווען נעכטן, מען האט אינגאנצן פארגעסן פון געלט און פון אלעס אנדערש, מען האט זיך מחי' געווען מיט די עצות פון רבי'ן.


ווען מען רעדט פון רבי'ן באקומט מען פלוצלינג אן התעוררות תשובה צו טון, מען געבט זיך א כאפ אויף פון שלאף, מען הייבט אן טראכטן: 'וואו בין איך אויף די וועלט? וואס איז דער תכלית? וואס טו איך דא?' מען הייבט אן טראכטן פונעם אייבערשטן, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט מען טיילן פיינע מילכיגע זאכן לכבוד שבועות, זע אז דיין ווייב זאל קומען.


איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום טוב שבועות אין וויליאמסבורג; עס האט געהייסן אז איך וועל זיין אין שטעטל - קרית ברסלב, למעשה איז דער בית המדרש נאך נישט פערטיג, וועל איך זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.


דו וואוינסט אין אזא שיינע פלאץ, עס שפירט זיך ממש ווי יבנאל; אין שטעטל איז גרינג צו פאלגן דעם רבי'ן, צו מאכן התבודדות צווישן די גראז.


יעצט אין די צייט וואס די גראז הייבן אן צו שפראצן זאלסטו גיין יעדן טאג אביסל שפאצירן צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים און לויב אים אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט דיר. דער רבי האט געזאגט אמאל בשעת ער איז געווען אויף א שפאציר מיט זיינע תלמידים (שיחות הר"ן, סימן קסג): אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.