מכתב יומי

כו אלול תשע"ט

September 26 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים פה עיר הקודש אומן יצ"ו, כ"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; וויל איך דיר בעטן זאלסט געדענקען אז אין אומאן דארף מען פון פריש מקורב ווערן, עס איז נישט גענוג די חשק און כיסופין וואס מען האט פאר מען פארט, מען דארף פריש אנהייבן בענקן צום רבינ'ס ראש השנה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר, וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה, בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק, ווי נענטער ער קומט צום צדיק אלץ מער ווערט ביי אים פארלאשן די חשק, זאגט דער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זֹאת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", עס זאל דיר נישט זיין שווער דעם ערשיינונג, "כִּי דַּע, שֶׁזֶּה נִמְשָׁךְ מֵחֲמַת כִּי בַּתְּחִלָּה כְּשֶׁבָּא לוֹ הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁהִתְעוֹרֵר בְּתוֹכוֹ אֲזַי עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו בְּאוֹתוֹ שָׁעָה הֵמִית יִצְרוֹ, וְנִתְבַּטֵּל יִצְרוֹ הָרַע שֶׁהָיָה לוֹ, כִּי הֵמִיתוֹ בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהָעֻבְדָּא שֶׁל אוֹתוֹ הַשָּׁעָה. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו יֵצֶר הָרָע אַחֵר, וְיֵשׁ לוֹ עַתָּה יֵצֶר הָרָע גָּדוֹל מִמַּה שֶּׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. עַל כֵּן אִם אֵינוֹ מִתְחַזֵּק נֶגְדּוֹ אֲזַי מִתְגַּבֵּר עָלָיו זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. כִּי צָרִיךְ הִתְגַּבְּרוּת חָדָשׁ בְּיוֹתֵר נֶגֶד זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ שֶׁבָּא לוֹ כַּנַּ"ל", דאס קומט ווייל ווי מער א מענטש דרייט זיך ביי א צדיק אלץ מער צדיק ווערט ער און דערפאר באקומט ער א גרעסערע און שווערערע יצר הרע, ממילא דארף ער זיך מער שטארקן.


בעט איך דיר, גיי נישט אין ערגעץ און דריי זיך נישט אין די גאסן אין אומאן; דו האסט זוכה געווען צו צעברעכן אלע מניעות און ביסט געקומען קיין אומאן, זאלסטו גיין צום ציון און אויסגיסן דיין הארץ, זאלסט זיך אויסבעטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מיר האבן פוגם געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.