מכתב יומי
כו אלול תשפ
September 15 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו א', כ"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון נאכאמאל אין מיין לעבן, צו זאגן די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי און געבן א פרוטה לצדקה.
דער רבי האט מבטיח געווען מיט צוויי עדים אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו וועל איך אים מתקן זיין און ארויס שלעפן פון שאול תחתית.
יעדע פאר שעה טרעפט מען נאך אנשי שלומינו וואס באקומען רשות אריין צו קומען; אלע זענען זיך מוסר נפש פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה.
מיר זענען געקומען א גרופע פון זעקס, מיר האבן באקומען רשות פון די רעגירונג אריין צו קומען ווייל מיר דארפן זיך אויסהיילן די אויגן; מיר האבן נישט געזאגט קיין ליגנט, מיר זענען טאקע געפארן צו א גרויסע פראפעסאר – צום הייליגן רבי'ן זיך היילן די אויגן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל) דער צדיק איז א דאקטער וואס היילט אויס דעם מענטש; ביים רבינ'ס ציון באקומט מען אזא התעוררות לתשובה, מען הייבט אן פונדאסניי היטן די אויגן.
עס דרייען זיך ארום פאלשע בילדער פון מיר פארשטעלטערהייט; עס איז נישט אמת, מיר האבן זיך נישט געדארפט דורכשווערצן, מיר זענען אריינגעקומען געזעצליך, מיר האבן זיך אביסל פארשטעלט דאס פנים, כדי דער המון עם זאלן נישט פארפירן וכו'.
יעצט זענען פארהאן אויפ'ן וועג איבער זעכציג בחורים און אינגעלייט, מיינע קינדער זענען אויך אינטערוועגנס, זיי דארפן רחמי שמים אנצוקומען; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן אנקומען בשלום.
מיר ווארטן צו הערן פון זיי אויב זיי זענען אריבער בשלום וועט מען היינט צאמשטעלן נאך א גרופע פון אלע אנשי שלומינו וואס זענען נאכנישט אין אומאן.
א כתיבה וחתימה טובה.