מכתב יומי

כו אלול תשפ"ב

September 22 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד ... נרו יאיר


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען די געפילן, מיר זענען דא אין אומאן; מיר זענען אנגעקומען נאך אזויפיל זארגן, בענקען, גליסטן, בעטן, וועלן, האפן וכו' וכו' – צו קענען זיין ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן.


יעצט דארף מען זיך מאכן א סדר היום, מען זאל אויסנוצן די צייט, נישט פארברענען די צייט מיט נארישקייטן.


גיי שלאפן פרי; לייג זיך שלאפן גלייך נאך מנחה מעריב. מיר פארן שוין צוויי טעג אן שלאפן, מען מוז זיך אפרוען. און אינדערפרי זאלסטו גיין צום ציון, אדער קודם דאווענען שחרית.


געב אכטונג, נעם נאר גוטע חברים, נאר ווער עס האט א ריינע מויל; דאס איז דער סימן, א ריינע מויל איז א ריינער מענטש, א שמוציג מויל איז א שמוציג מענטש.


ביים ציון קען מען זיך גוט אויסגיסן דאס הארץ, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין כמעט אן צום רבי'ן; טויזנטער אידן שלעפן זיך פון איין לאנד צום צווייטן צו קענען זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן, זיין ביים רבינ'ס ציון.


איך וויל דיר מחזק זיין; אזויפיל מי און פלאג האבן מיר אריינגעלייגט היי יאר צו קענען קומען צום רבי'ן, אזויפיל געלט האבן מיר געצאלט צו קענען זיין היי יאר, א היסטארישע יאר – ביים רבי'ן. יעצט ווען דו קומסט אן אין אומאן – זאלסטו נישט גיין צו קיינעם און נישט האבן מיט קיינעם, מעק אויס אלע אדרעסן פון אומאן, אין אומאן איז דא נאר איין אדרעס – דעם רבינ'ס ציון.


גיי צום ציון, נעם א תהילים און זאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און וויין זיך אויס; לייג אראפ דיין פעקל פראבלעמען, גיי נישט אוועק פון ציון ביז ווילאנג דו שפירסט אז דו האסט גע'פועל'ט.


איך פאר יעצט אוועק פון ליזענסק קיין פשעמישל, דארט פארן מיר מיט'ן באן קיין וויניצא, און פון דארט קיין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 מרת ... תחי'


לכבוד דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה זאלט איר זיך מקבל זיין צו טראכטן גוט אויף זיך אליינס, גענוג געווען מיט די שלעכטע מחשבות פון זיך קלאפן אז מען איז נישט גוט וכדומה, לכבוד דעם נייעם יאר זאלט איר נאר טראכטן גוטס אויף זיך אליין.


דער הייליגער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד), נאר איינמאל א טאג זאלן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש, תשובה טון אויף וואס מען דארף תשובה טון; אבער א גאנצן טאג דארף מען נאר זוכן גוטס אין זיך, נאר קוקן גוטס אויף זיך.


איר האט געהאט שכל, איר האט געשיקט אייער מאן קיין אומאן – זאלט איר טאנצן פאר שמחה און זיך גארנישט זארגן; אייער מאן איז געפארן צום גרעסטן לויער, צום גרעסטן רופא, צום גרעסטן צדיק; דער רבי וועט זיך זארגן פאר אייך און פאר די גאנצע משפחה.


נאר פרייליך; תשפ"ג איז ראשי תיבות ת'הא ש'נת ג'אר פ'רייליך.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך שרייב דיר דעם בריוו פארנדיג קיין אומאן, ווייל איך זע דיין ווייטאג ווי שטארק דו ווילסט שוין דיין שידוך, ווי דו האלסט אין איין פאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה – רחמנא לצלן.


זיי נישט נאריש, יעצט ווען דו קומסט אן קיין אומאן – לויף צום ציון און בעט פאר דיין שידוך. דער רבי איז דער שדכן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן פד) איך האב געפרעגט אין חלום 'וואס איז מיין פרנסה?' האט מען מיר געענטפערט פון הימל: "דיין פרנסה איז – זיין א שדכן". אויך זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פט): "דער צדיק איז דער שדכן".


זאלסט נישט גיין מיט קיינעם אין מארק אדער איך ווייס נישט וואו, גיי נאר צום ציון און קום צוריק צו דיין דירה.


ביים ציון זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל די ווערטער: "רבי, געב מיר מיין שידוך. רבי, איך וויל שוין חתונה האבן. רבי, איך קען נישט זיין הייליג אן קיין שידוך, איך מוז חתונה האבן"; אזוי זאלסטו וויינען ביז דו וועסט פועל'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.


א כתיבה וחתימה טובה.