מכתב יומי

כו חשון תשע"ח

November 15 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דא א פרויען צוזאמקום, סיי אין וויליאמסבורג אין ישיבה, סיי אין קרית יואל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען און הערן אביסל דיבורי ההתחזקות, יעדער איינער בזה העולם דארף חיזוק, בפרט פרויען.


זע צו לערנען דיינע שיעורים, אביסל חומש, אביסל משניות און א דף גמרא; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא, וְלא מִשְׁנָה, וְלא תַּלְמוּד", איינער וואס לערנט נישט תורה איז א גרויסער ארעמאן, אפילו ער האט געלט אין באנק, ער האט הייזער וכו', אבער אן תורה איז גארנישט דא.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שְׁמָהּ שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחֲטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות וואס ער האט באשאפן; היינט איז דער דף גמרא מסכת מכות דף י', כאפ זיך מיט ווייל דער באן פארט, עס איז א שאד אז דו זאלסט נישט מיט פארן מיטן באן און לערנען יעדן טאג אביסל תורה.


איך האף אז דו האסט הנאה פון די בריוו וואס איך שרייב דיר; גלייב מיר איך וויל גארנישט, איך וויל נאר זען ווי דו גייסט אן, און דו כאפסט אריין אביסל תורה ותפילה. וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט אן אויף א אינגערמאן צי ער איז א תלמיד "היכל הקודש" צי נישט; א תלמיד "היכל הקודש" רעדט איידל, ער רעדט נישט קיין ניבול פה און ער כאפט אריין תורה ותפילה יעדן טאג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זען צו רעדן איידל און שיין, איך רעד נישט פון ניבול פה וכדומה, דאס איז אפגערעדט אז מען טאר נישט רעדן ניבול פה, און ווער עס רעדט ניבול פה זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם, גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק, ווער עס רעדט ניבול פה מאכט מען אים טיף זיין גיהנום, און אויך פאר דעם וואס הערט ניבול פה און ער זאגט גארנישט"; נאר אפילו נישט ניבול פה, דארף מען אויך אכטונג געבן צו רעדן שיין, איידל און נישט פראסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.