מכתב יומי

כז טבת תשע"ח

January 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן"; "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; דערפאר דארף מען זיך זייער אנשטרענגען צו גיין יעדן טאג אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, מיט מנין דיקא.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו"; ווער עס וואוינט אין א שטאט וואו עס איז דא א מנין און ער גייט נישט דאווענען אין שול, איז ער גורם אז זיינע קינדער וועלן זיך וואלגערן פון איין פלאץ צום צווייטן; מען קען זאגן א פשוט'ער טעם אין דעם, אז ווען קינדער זעהן ווי דער טאטע גייט נישט אין שול וועלן זיי אויך נישט גיין אין שול, און אז די קינדער האבן נישט קיין טאטע וואס איז זיי מחנך צו גיין דאווענען, וועלן זיי האבן א גלות לעבן, זיי וועלן זיך וואלגערן אין די גאסן רחמנא לצלן.


דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין מיין ליבער ברודער ..., גיי אין שול יעדן טאג דאוונען אלע דריי תפילות מיט מנין, דעמאלט וועט דיר גוט זיין, און דיינע קינדער וועלן נישט אריבערגיין גלות רחמנא לצלן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה מִיָּד הוּא כּוֹעֵס, שֶּׁנֶּאֱמַר (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי וְאֵין אִישׁ, קָרָאתִי וְאֵין עוֹנֶה", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול אין זעט אז עס איז נישט דא קיין מנין ווערט דער אייבערשטער בכעס; זעט מען פון דעם דאס פארקערט אויך, אז ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין, האט דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח.


איך ווייס אז דו ביסט צעבראכן און דו האסט טויזענט תירוצים פארוואס דו זאלסט זיין פטור וכו', אבער, מיין טייערע ברודער, שטארק דיר אויף דיינע נסיונות, שטארק דיר אויף דיינע שוועריקייטן, לויף אין שול, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.