מכתב יומי

כו טבת תשע"ט

January 03 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ביי אסאך פלעצער פירט מען זיך היינט דאנערשטאג צו פאסטן כדי צו מתקן זיין וואס האט מען האט געזינדיגט אין דעם חטא הידועה - אין פגם הברית רחמנא לצלן; מיר פאסטן נישט, ווייל דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן נישט עוסק זיין אין קיין תעניתים און סיגופים.


מיר האבן באקומען פון רבי'ן א שווערערע תיקון אויף פאררעכטן פגם הברית ווי פאסטן. עס זעט אפשר אויס גרינגער ווי פאסטן, אבער באמת איז עס אסאך שווערער ווי פאסטן - דאס איז נישט צו ענטפערן ווען מען האט א ביזיון, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; עס איז אסאך גרינגער צו פאסטן הונדערט טעג ווי צו בלייבן שטיל און אפשווייגן ווען מען האט א בזיון.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפן טשערינער רבי א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער וואס איז מיט געגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען אויף אים: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך!" און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף דער וועלט".


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער..., שווייג אפ און ענטפער נישט; ווען איינער זאגט דיר עפעס וואס שמעקט דיר נישט - שווייג אפ, בפרט פאר דיין ווייב תחי'; אמת, דו ביסט טאקע גערעכט, אבער עס לוינט זיך נישט צו זיין גערעכט, ענדערש שווייג אפ, מיט דעם וועסטו פאררעכטן אלע דיינע פגמים.


מיר טארן זיך נישט לאזן נארן און פארגעסן קיין איין רגע ווער מיר זענען; פון איין זייט זענען מיר טאקע אנגעפילט מיט מקרא, משנה, גמרא מיט התבודדות, אבער מיר דארפן געדענקען ווי ווייט מיר זענען נאך פון די קדושה און וואס פאר א עונשים קשים ומרים עס ווארט אפ פארן מענטש ווען מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, בפרט אז א מענטש איז אראפ געפאלן אין די עבירה פון נשג"ז רחמנא לצלן רחמנא לשיזבן דארף מען דאך אלעס פאררעכטן, איז מיט דעם וואס מען איז א וותרן און א מעביר על מידותיו, מען שווייגט אפ און מען ענטפערט נישט, מיט דעם ווישט מען אפ די עבירות.


נישט נאר מען ווישט אפ די עבירות נאר מען איז זוכה צו זיין פון די וועם דער אייבערשטער האט ליב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִין וְאֵינָם עוֹלְבִים שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים", די וואס מען פארשעמט זיי און זיי ענטפערן נישט צוריק, אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ".


דערפאר בעט איך דיר, נעם דאס אן פאר כפרת עוונות. אז דיין ווייב האט דיר געזאגט וכו' וכו' - ווער נישט גערעגט און טראכט נישט אז זי וויל דיר אונטער ברענגען, נאר וויבאלד זי איז איבער געשטרענגט רעדט זי אזוי וכו'.


איך ווארט דיר צו זען היינט נאכט ביים שיעור.


א גוטן טאג.