מכתב יומי
כו טבת תשפ"ו
January 15 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיש זיך נישט אין קיין מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, ספעציעל ווען עס זעט אויס פרום און ערליך; פון דעם זאלסטו אנטלויפן, נישט האבן קיין שייכות, ווייל דורך מחלוקת באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.
אויך זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן, דאס איז תיקון שובבי"ם, און שטיי אין דער זייט, הער אויס וואס זיי האבן דיר צו זאגן, טייל נישט איין וואס זיי זאלן טון, זיץ און הער אויס וואס זיי זאגן דיר, און אויב איז דא אין די משפחה חלוקי דעות זאלסטו חס ושלום נישט זיך מישן, נאר שטיי פון דער זייט.
אנא איך בעט דיר זוך נישט צו מתקן זיין קיינעם, פאררעכט נישט די וועלט, זוך נישט ביי אנדערע שלעכטס, מיר זענען געקומען אין היכל הקודש זיך אליינס מתקן זיין נישט יענעם מתקן זיין, אוי ווי ביטער עס איז אן א צדיק, מען איז פארנומען מיט יעדעמ'ס רוחניות אויסער זיך אליינס, און ווען מען קומט צום צדיק עפנט זיך די אויגן, מען הייבט אן זען די אייגענע שפלות, און מען זעט דאס גוטס ביי יעדן איינעם.
גיי התבודדות, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך בין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, איך פריי זיך מיט די פראבלעמען וואס מען טרעפט ביי דעם און ביי יענעם, און ביי מיר אליינס איז דאך אזוי טינקל און שווארץ, איך דארף דאך אליינס תשובה טון אויף מיינע מעשים"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן.
היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, איך וויל דו זאלסט קומען זיך אויפוועקן און אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.