מכתב יומי

כו כסלו תשע"ח

December 14 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיקייט אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליינס.


חנוכה איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען משפחות, מען מאכט מסיבות וכו', אבער מען דארף אכטונג געבן ווען מען גייט צו מסיבות אז עס זאל זיין מיט יראת שמים. עס דארף זיין אפגעטיילט מענער פון פרויען, מען קען נישט שפילן קיין געימס צוזאמען מענער און פרויען. אז מען געבט אכטונג און מען פירט זיך אויף הייליג, דעמאלט איז מען זוכה צו אלע ברכות און ישועות, אבער אויב מען פירט זיך נישט אויף בצניעות וכו', זאגט דער פסוק (דברים כג, טו): "וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", כביכול דער אייבערשטער גייט אוועק פון דעם פלאץ.


יעצט אין די טעג פון חנוכה איז א צייט וואס מען דארף אנהייבן א פרישע התחלה צו לערנען די הייליגע תורה; די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די תורה, אזוי ווי עס שטייט (בנוסח על הניסים; רמב"ם פרק ג' מהלכות חנוכה, הלכה א): "לְּהַשְׁכִּיחָם תּוֹרָתֶך"; דארפן מיר יעצט טון דאס פארקערטע, מיר דארפן אנהייבן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה. דער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), א וועג ווי אזוי יעדער מענטש קען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה, דער רבי זאגט אז מען זאל לערנען כסדרן, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה ביז מען וועט ענדיגן וואס מען לערנט, און דעמאלט זאל מען נאכאמאל אנהייבן דעם לימוד, אזוי זאל מען האלטן אין איין לערנען ביז מען וועט פארשטיין.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו; כח): אפילו מען וועט נישט זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט, זאל מען ווייטער לערנען, ווייל לעתיד לבוא וועט דער אייבערשטער אויסלערנען דעם מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט און נישט פארשטאנען.


איך ווייס אז זייער אסאך לאכן פון דעם סדר דרך הלימוד, אפילו אין ברסלב קענסטו טרעפן עמי הארצים וואס שפעטן אפ פונעם סדר דרך הלימוד, אבער זאלסט גוט געדענקען דעם כלל: "לאכן, לאכט דער וואס לאכט ביים סוף", ווען עס וועט קומען די לעצטע טאג, דעמאלט וועט מען זען פון וועם מען קען לאכן, איינער וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן, ער האט יעדן טאג געלערנט אביסל מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה, וכו', דער וועט קענען לאכן פון דער וועלט, אבער נעבעך איינער וואס האט נישט געלערנט, ער האט פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, ער פלעגט לאכן פונעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, ער האט געשפעט פון די וואס זאגן משניות, ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט נאקעט, אן קיין קליידער, אן קיין עסן, און עס וועט זיין אויף אים א גרויס רחמנות.


אין ברסלב זינגט מען זייער אסאך דעם ניגון (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס זינגט מען עפעס דעם ניגון מער פון אלע ניגונים? נאר מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל (שמות רבה נג, ב): "ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט גוטס געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע פרקים משניות, דעמאלט וועט מען זען וואס איז געווארן פון אלע דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען דאס ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד, דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות. ביי די לויה, ווען מען וועט באגלייטן דעם נפטר, וועט מען נישט סתם טראגן דעם ארון, עס וועט זיין אן ארון הקודש, א ארון מלא ספרים, עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תנ"ך, ששה סדרי משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, כל המדרשים, זוהר ותיקונים, כל ספרי רבינו, וכו' וכו'. דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער. דער וואס האט נישט געפאלגט דעם רבי'ן, דער וועט זיין פארשעמט, ווען מען וועט אים טראגן אינעם ארון וועט מען טראגן א טויטע נבילה, דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער.


יעצט איז א צייט וואס מען דארף זיך נעמען אין די הענט, אנהייבן לערנען די הייליגע תורה; טייערער ..., זיי נישט קיין בטלן, הייב אן לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זע צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, די ווערטער פון תורה וועט דיר אפרייניגן פון אלע דיינע זינד, די ווערטער פון תורה וועט דיר רייך מאכן, עס וועט דיר ברענגען ישועות און הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.