מכתב יומי

כו כסלו תשע"ט

December 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר דארפן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אן א שיעור אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי איז אונז מחזק, מעודד, משמח און וועקט אונז אויף פון אונזער שלאף, אז מיר זאלן עפענען אונזער מויל און רעדן צום אייבערשטן.


מיר דארפן לויבן דעם אייבערשטן 'אשר בנחל' שם חלקינו וגורלינו אז מיר געפונען זיך אין היכל הקודש; יעצט חנוכה תשע"ט ווערט פינף און פופציג יאר זינט מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן בריוו, איבער זיבעציג טויזנט בריוו האט מוהרא"ש אפגעשריבן במשך זיין לעבן, וואס ווער עס לערנט די בריוון ווערט א בריה חדשה, עס בלאזט אריין א חיות אנצוגיין מיטן לעבן.


איך בעט דיר שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות, האב אמונה אינעם אייבערשטן אז ער וועט דיר נישט פארלאזן; זאג צו זיך אליינס: "באלד וועט זיין גוט", "נאך אביסל וועל איך ארויס גיין פון מיינע חובות".


דער הייליגער רבי נתן איז אמאל געווען אונטערוועגנס, ער האט געכאפט א היטש מיט א בעל עגלה וועלכער האט געפירט פילע זעק מיט מעל אין זיין וואגן, פלוצלינג האט אנגעהויבן גיין א רעגן, עס האט אזוי שטארק גערעגנט אז אלע זעק מיט מעל איז געווארן טייג, אנשטאט ווערן דערביטערט און צעבראכן האט ער זיך אונטערגעזינגען א תנועה'לע צו זיך: "יענקל שטארק זיך, יענקל שטארק זיך, באלד וועט גוט זיין"; פאר רבי נתן איז דאס זייער געפאלן, האט ער גענומען דעם ניגון און געלייגט אויף דעם די ווערטער: "וּמִנוֹתַר, וּמִנוֹתַר, וּמִנוֹתַר קַנְקַנִּים נַעֲשֶׂה נֵס לַשּׁוֹשַׁנִּים", אזוי אויך, פון דאס ביסל גוטס וואס מען טרעפט ביי זיך וועט ווערן גרויסע ניסים.


גיי אהיים פרי; דיינע קינדער ווארטן צו זען ווי דו צינדסט די מנורה, דאס וועט ביי זיי איינגעקריצט ווערן און פארבלייבן אין זייער מח פאר זייער גאנץ לעבן. ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו פארציילן פאר דיינע קינדער וואס חנוכה איז, אז די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה און אריין ברענגען כפירות ואפיקורסות, מיר זאלן מיינען אז די וועלט פירט זיך דורך טבע - ווער עס איז שטארק דער געווינט, ווער עס האט א גרויסע מיליטער דער איז מצליח, אבער דער אייבערשטער האט געוויזן ווי מיט אפאר חשמונאים האט מען זיי באזיגט, אזוי ווי מיר זאגן (בימי מתתיהו): "מָסַרְתָּ גִבּוֹרִים - בְּיַד חֲלָשִׁים, וְרַבִּים - בְּיַד מְעַטִּים וְכוּ'", דו האסט איבער געגעבן גבורים אין די הענט פון שוואכע, און אסאך מענטשן אין די הענט פון ווייניג מענטשן; אלעס צו ווייזן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און דער אייבערשטער קען יעדן איינעם העלפן. דאס זאלסטו פארציילן אין שטוב פאר די קינדער - אז דער אייבערשטער העלפט יעדן איינעם.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אַן עֶרְלִיכֶער אִיד אִיז זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ זַיין, לָאמִיר כָאטְשׁ לִיבּ הָאבְּן אַן עֶרְלִיכֶער אִיד; לָאמִיר כָאטְשׁ מְקַנֵּא זַיין אַן עֶרְלִיכֶער אִיד אוּן נִישְׁט קְרִיגְן אוֹיף אִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א פרייליכן חנוכה.