מכתב יומי

כו כסלו תשפ

December 24 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט חנוכה איז א צייט פון זיך באנייען, אנהייבן פונדאסניי; בעט איך דיר, הייב אן פונדאסניי און קוק נישט וואס איז געווען, וואס איז געווען איז געווען, דער עיקר דארף מען פון יעצט אריין כאפן גוטע זאכן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זען צו רעדן איידל און שיין, איך רעד נישט פון ניבול פה וכדומה, דאס איז אפגערעדט אז מען טאר נישט רעדן ניבול פה און ווער עס רעדט ניבול פה זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם, גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", ווער עס רעדט ניבול פה מאכט מען אים טיף זיין גיהנום, און אויך פאר דעם וואס הערט ניבול פה און ער זאגט גארנישט; נאר אפילו נישט ניבול פה, דארף מען אויך אכטונג געבן צו רעדן שיין, איידל און נישט פראסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יט): ווען א מענטש איז זוכה צו רעדן לשון קודש, איז ער זוכה צו תיקון הברית; דאס מיינט מען נישט דוקא לשון הקודש, נאר סיי וועלכע שפראך א מענטש רעדט, אויב רעדט ער א הייליגע שפראך, דאס הייסט ער רעדט נישט קיין ניבול פה, דעמאלט איז מען זוכה צו תיקון הברית. אבער אז א מענטש רעדט לשון הקודש און ער איז מנבל זיין מויל מיט אלע מיאוס'ע ווערטער, וועט ער נישט זוכה זיין צו תיקון הברית, פארקערט ער וועט באקומען א גרויסער עונש, עיין שם.


א ליכטיגן חנוכה.