מכתב יומי

כו ניסן תשע"ח

April 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מקורב ביים הייליגן רבי'ן.


מענטשן רעדן כל דבר אסור אויף ברסלב; מען זאגט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים; ווייל א ברסלב'ער חסיד קען מען נישט דערקענען פון אינדרויסן. אינדרויסן זעט ער אויס ווי א פשוט'ער איד, אבער זיין פנימיות איז גאר עפעס אנדערש. ער שפאצירט אויפן גאס פונקט ווי א צווייטן אבער ער איז אן ענין אחר לגמרי; ער טראכט פונעם אייבערשטן, ער זינגט צום אייבערשטן, ער שמועסט מיטן אייבערשטן און ער פארציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס עס גייט איבער אויף אים, דערפאר האבן מענטשן נישט קיין השגה וואס ברסלב איז - ווייל מען קען דאס נישט אנזען. די טייטש פון התבודדות איז "בודד" - מען גייט אליין, מלשון הפסוק (שמות ל, לד): "בַּד בְּבַד יִהְיֶה".


דערפאר בעט איך דיר זייער, פאלג דעם רבי'ן און גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; לעש אויס דיין טעלעפאן און פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס קוועטשט דיר. איך זאג דיר אז דו וועסט זען ניסים ונפלאות; שעם דיר נישט צו דערציילן אלעס פארן אייבערשטן.


דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן רעדן א גאנצן טאג צום אייבערשטן, דערפאר האט דער רבי זייער געווארנט מען זאל נישט טרינקען קיין וויין, ווייל א שיכור וואס דאווענט איז תפלתו תועבה. דער בעל הטורים זאגט אויפן פסוק (ויקרא י, ט): "יַיִן וְשֵׁכָר אַל תֵּשְׁתְּ", אז תֵּשְׁתְּ איז נוטריקון: ת'פלת ש'כור ת'ועבה; און אזוי ווי מיר דאווענען א גאנצע טאג, וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדן מיר צום אייבערשטן, ממילא אויב מיר וועלן טרינקען וועט אונזער דאווענען זיין א תועבה.


דעם רבינ'ס וויין איז די בעסטע וויין; דער רבי טרינקט אונז אן מיטן יין המשומר, מיט די וויין וואס משיח וועט אונז געבן צו טרינקן. משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט די זאך פון התבודדות; ער וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט דאס וואס דער רבי לערנט מיט אונז, אז עס איז דא איין תכלית אויף דער וועלט - נאר רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.