מכתב יומי

כו ניסן תשפ

April 20 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


נעם אריין אמונה אין דיר וועט דיר גרינגער ווערן; חזר זיך איין: 'דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, דער אייבערשטער איז ביי מיר און נעבן מיר, דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן', וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך טוישן ביי דיר.


זאג נישט: 'מען דארף טון וכו', וכו''; דער הייליגער רבי נתן פלעגט זאגן: "די וועלט זאגט 'אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער', איך זאג פארקערט 'אז דער אייבערשטער העלפט קען מען עפעס טון'"; מען קען גארנישט טון אן דעם אייבערשטן, מען קען נישט רירן קיין אבר אן דעם אייבערשטן, איז וואס איז שייך צו זאגן: "מען דארף טון וכו', וכו'"?


רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ווען א מענטש האט אמונה אינעם אייבערשטן איז ער זוכה אז עס עפענען זיך אויף פאר אים אלע הימלען, אזוי ווי עס שטייט ביי יחזקאל הנביא (יחזקאל א, א) וואס ער האט זוכה געווען צו: 'נִפְתְּחוּ הַשָּׁמַיִם, וָאֶרְאֶה מַרְאוֹת אֱלֹקִים'", די ראשי תיבות פון נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹהִים איז 'אמונה'; דאס הייסט, אז ווען א מענטש איז זוכה צו האבן א ריינע אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און סיי וואס עס גייט אריבער אויף אים ווייסט ער אז אלעס איז דער אייבערשטער, איז ער זוכה צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין שיקן משיח וואס וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים; אנשטאט זיין פארנומען אז 'מען דארף טון', 'מען דארף מאכן', 'מען דארף טון השתדלות' - וועט מען רעדן נאר פונעם אייבערשטן, מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בענק זיך זייער נאך דיר; שוין אפאר וואכן וואס מען דארף זיין איינגעשפארט צוליב די מחלה פון קאראנע ה' ישמרינו, איך זע דיר נישט, איך הער נישט פון דיר; איך האף אז דו שפירסט זיך גוט, דו מיט דיין גאנצע משפחה. איך בין מתפלל פאר דיר און איך וויל דיר לאזן וויסן אז איך האב נישט פארגעסן פון דיר, אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט (ישעיהו מט, טו) קען דען א מאמע פארגעסן פון איר קינד? דאס קען אויך זיין אז א מאמע זאל פארגעסן פון איר קינד, אבער "וְאָנֹכִי לֹא אֶשְׁכָּחֵךְ", איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן פון ענק.


איך בעט דיר זייער, יעצט ווען עס קומט אויס צו זיצן אסאך אין שטוב, מען גייט נישט ארבעטן, מען זיצט מיט די משפחה טאג און נאכט, נאכט און טאג - אן אויפהער, עס איז איין לאנגע קייט, מען שפירט ווי עס ענדיגט זיך נישט, בעט איך דיר זייער, זאלסט אכטונג געבן אויף די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן. געב אכטונג אויף דיין ווייב תחי', זע אז די קאראנע זאל דיר נישט צונעמען דיין שלום בית. זע מיט אלע כוחות צו זיין רואיג און געדולדיג, בפרט צו איר; ווען דיין ווייב רעדט צו דיר, זי בעט דיר, זי זאגט דיר, זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן מיט א שטעך ווארט אדער טשעפען; אז דו וועסט איר פארלירן וועט זיין גאר ביטער.


איך בעט דיר מיט אלע ווערטער וואס מען קען נאר בעטן: האב שכל, און האב הכרת הטוב פאר'ן אייבערשטן אז ער האט דיר באשאנקען מיט א מתנה, דו האסט א טייערע ווייב, זאלסטו אים דאנקען פאר דעם און דאס האלטן טייער.


זיץ נישט אין שטוב א גאנצן צייט; דו ביסט מחויב ארויסצוגיין אביסל; אמת טאקע, מען דארף זיך היטן וכו', אבער זיצן אין שטוב מרה שחורה'דיג דאס איז די גרעסטע סכנה, ווייל חס ושלום דער אייבערשטער זאל אפהיטן אויב דער מוט פונעם מענטש איז צעבראכן איז דער גאנצער מענטש אין א סכנה. שלמה המלך זאגט (משלי יח, יד): "רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ", א פרייליכער מענטש, א מענטש מיט א אויפגעלייגטע מוט - קען פארנעמען אלע קרענק, עס הרג'ט אים נישט, "וְרוּחַ נְכֵאָה מִי יִשָּׂאֶנָּה?" אבער א צעבראכענער מענטש אן קיין מוט וועט נישט קענען אריבערטראגן די קרענק; דאס זעט מען ממש יעצט ביי זייער אסאך מענטשן וואס האבן באקומען קאראנע אבער זייער פרייליכקייט און גוטמוטיגקייט לאזט זיי נישט פאלן, זיי גייען אן מיט'ן לעבן, זיי דאווענען, לערנען און פרובירן עוסק צו זיין מיט וואס זיי זענען עוסק; נאכדעם זענען דא וואס לאזן זיך נאך, זיי זענען דערשראקן און צעבראכן, דאס אליינס ווארפט זיי אראפ רחמנא לצלן.


איך בעט דיר מיין טייערער ..., גיי אביסל ארויס שעפן פרישע לופט; כאפ א שפאציר ארום דיין שטוב, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט (ישעיה מ, כו): "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה", הייבט אויף אייערע אויגן צום הימל און קוקט ווער האט באשאפן די אלע זאכן, די זון, די לבנה און די שטערנס; עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס מאכט אלעס און טוט אלעס, וואס איז דא צו זארגן?


הלואי וואלט איך געקענט הערן עפעס פון דיר; זען א בריוו פון דיר, זען דיין מצב רוח, דיין מוט. איך ווארט צו הערן פון דיר, איך האף אז דו עסט יעדן טאג אביסל משניות און דו טרינקסט אביסל תהילים (שיחות הר"ן, סימן כג).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.