מכתב יומי

כו ניסן תשפ"א

April 08 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמיני, כ"ו ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א שטארקייט צו לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, גמרא איז מכניע די קליפה; מוהרא"ש זאגט דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט עפענען א גמרא, דארפן מיר זאגן פארקערט: "איך וועל נישט אפלאזן די גמרא".


קומענדיגע וואך, ראש חודש אייר - זענען מיר מסיים מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא; זיי קלוג, כאפ זיך מיט; די גמרא וועט דיר באגליקן, די גמרא וועט דיר פרייליך מאכן; עס וועט אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


קום צום שיעור; אפילו מען גייט רעדן פון זאכן וואס דו ווייסט שוין, עס גייט נישט זיין קיין אינטערעסאנטע זאכן, מען גייט רעדן פון די פאר זאכן וואס מען רעדט שוין טויזנטער מאל; מען גייט רעדן פון משניות, פון שלום בית און פון הפצה - דאך זאלסטו קומען.


אינטערעסאנט, מיט חברים ציט דיר יא צו גיין; עס ציט דיר צו גיין אין שוויץ, עס ציט דיר צו גיין פארברענגען, דארט רעדט מען די זעלבע זאכן פאר די לעצטע טויזנטער יאר, פון געלט; דער האט געלט, יענער האט געלט, ווי קען מען מאכן געלט? וואס זאל מען טון מיט די געלט? וואו לוינט זיך אריינצולייגן די געלט? דאס ציט יא? דאס איז מער אינטערעסאנט פון רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית, שכל פאר'ן לעבן, שכל צו קענען דורכגיין נאך א וואך מיט די ווייב און קינדער?


איך האף דו וועסט זיך ווייטער האלטן מיט תלמידי היכל הקודש וועסטו ביים סוף אויך ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.