מכתב יומי

כח שבט תשע"ט

February 03 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן.


אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט זיינע ספרים איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


דעם שבת האבן מיר געלערנט אינדערפרי פארן דאווענען פונעם רבינ'ס נסיעה קיין ארץ ישראל, מיר האבן געלערנט (פעולת הצדיק, סימן רסב) אז דער רבי האט געבעטן זיין תלמיד ר' יצחק וואס איז מיטגעפארן מיט אים ער זאל גיין קיין חיפה מאכן טיקעטס אהיים צו פארן צוריק קיין חוץ לארץ, למעשה ווען דער ר' יצחק איז אנגעקומען קיין חיפה איז ער געווארן באשעפטיגט וכו' און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן אן  די טיקעט'ס, ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז ער האט געברענגט געלט פון משולחים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "מן הסתם איז דער ווילן פונעם אייבערשטן אז מיר זאלן נאך זיין אביסל אין ארץ ישראל"; האבן מיר געשמועסט מיט די חברים אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה איז אים דאס לעבן זייער גרינג, ווייל וואס עס גייט איבער אויף אים ווייסט ער אז דאס איז דער ווילן פינעם אייבערשטן, אנדערש איז דער מענטש וואס לעבט אן אמונה, ער ווערט צעפאלן פון יעדע זאך וואס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל. דאס ברענגט אריין אין אונז דער רבי, אז מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס.


נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט אין די מעשה פונעם בן מלך און בן השפחה וואס זענען פארביטן געווארן (סיפורי מעשיות, מעשה יא), אז דער פאלשער בן מלך וואס האט פארטריבן דעם אמת'ן בן מלך האט זיך פארקויפט פאר א קנעכט פארן אמת'ן בן מלך; אז מען זעט פון די מעשה אז די וועלט איז נישט הפקר, ווער עס טוט שלעכט'ס פאר א צווייטן באצאלט צום סוף א טייערע פרייז. דארף מען זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון קיינעם, נאר שטענדיג זיין פון די נרדפים און אזוי אויך שטענדיג מחזק זיין די נרדפים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן ע): "לְעוֹלָם תְּצַדֵּד לְהַצִּיל אֶת הַנִּרְדָּפִים".


נעכטן נאכט מוצאי שבת איז פארגעקומען אין ישיבה א שבע ברכות פאר א תלמיד פון ישיבה, א שאד דו ביסט נישט געווען; עס איז געווען אזא שמחה! באזונדער איז דאס א שמחה פאר מיר נאכדעם וואס דער חתן איז פון די ערשטע פאר תלמידים מיט וועם מיר האבן געעפנט די חדר.


פאר צען יאר צוריק – שנת תש"ע - האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די חדר וואו זיי האבן געלערנט, נאר צוליב די סיבה אז מען האט מיר געוואלט פארמאכן די ישיבה. האבן מיר דעמאלט געפרעגט מוהרא"ש צי מיר קענען עפענען א תלמוד תורה, האט מוהרא"ש אונז מחזק געווען דערויף, און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס די ווארט טראגט מיר אין די שווערסטע וואסערן, מוהרא"ש האט מיר געזאגט בזה הלשון: "איך קען דיר נישט זאגן צו עפענען א חדר - דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, אבער איין זאך זאג איך דיר, אז מען עפנט א חדר קען מען נישט גיין אויף צוריק".


מיר האבן געעפנט די חדר אבער עס האט אויסגעזען אז דאס וועט נישט האלטן פאר צו לאנג; לכתחילה האבן מיר געוואלט עפענען נאר פאר די יונגערע כיתות, אבער ווען די עלטערע קינדער האבן געהערט אז מען עפנט נאר פאר די יונגערע כיתות האבן זיי געזאגט: "למה נגרע?" מיר ווילן אויך א ברסלב'ע חדר, האט מען געעפנט א כיתה פון פיר קינדער, און דער חתן איז דער פערטער קינד פון די עלצטע קלאס, אלע האבן שוין ברוך ה' חתונה געהאט; דערפאר איז דאס פאר מיר א גרויסע שמחה, צו זען די שיינע פירות פון די שווערע ארבעט.


איך האב אסאך צו שרייבן פון שבת, ווי שיין עס איז געווען; איך האף אז דו גייסט דאווענען שבת מיט אנשי שלומינו. עס איז אן אנדערע שבת אז מען דריידט זיך מיט אנשי שלומינו און מען איז זיך מחזק איינער מיטן צווייטן.


איך וועל דיר נאך שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין צו די בחורים לערנען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זע צו רופן יעדן טאג דיינע עלטערן; מוהרא"ש פלעגט זיך פירן אז יעדן טאג גלייך נאך שחרית פלעגט ער רופן זיין טאטע.


פארצייל זיי פון דיין לעבן, פון דיינע קינדער - פארשטייט זיך נאר גוטע זאכן; פארצייל זיי נישט קיין פראבלעמען, עלטערן האבן נישט קיין כח צו הערן ווי די קינדער קרעכצן, זיי האבן שוין גענוג געהאט זייערע שוועריקייטן מיט די קינדער, יעצט איז שוין די צייט וואס מען דארף זיי ברענגען נאר נחת; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי מחיה זיין עלטערן.


דאס וואס דיינע עלטערן זענען אנגעווייטאגט אויף דיר אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער - דאס וועט אריבער גיין; זיי ווילן נאר דיין גוטס און וויבאלד זיי האבן געהערט לשון הרע אויף ברסלב, ובפרט אויף היכל הקודש - דאס מאכט זיי זאלן זיין ברוגז אז דו האסט שייכות מיט ברסלב.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויס געשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש - זאגט דער רבי, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים.


דו פיר זיך ווייטער מיט די עצות וואס דער רבי געבט אונז; זיי מכבד דיינע עלטערן און ווען זיי רעדן אויפן רבי'ן זאלסטו בלייבן שטיל, זאלסט נישט ענטפערן און טענה'נען נאר בלייב שטיל און עס וועט אריבער גיין.


איך וועל דיר נאך שרייבן.


א גוטע נאכט.