מכתב יומי

כה תמוז תשפ

July 17 2020

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות-מסעי, מברכים אב, כ"ה תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט דיין גאנצע כח צו זיין פרייליך שבת; דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זיין שבת זייער פרייליך. קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל.


דער סמ"ך מ"ם ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, ביז מען גייט אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


האב שכל און זיי מוותר; זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך ווי אזוי דו קענסט איבער בעטן און אנהייבן פונדאסניי א פרישע בלעטל, וועט דיר גוט זיין.


א פרייליכן שבת.