מכתב יומי
כז תמוז תשפ
July 19 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; איך האף אז דו לערנסט נאך יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום און אביסל משניות און גמרא. היינט הייבן מיר אן א נייע ספר, ספר דברים; הייב אן לערנען פון זונטאג אביסל חומש, לערן יעדן טאג אפאר פסוקים חומש - וועסטו ביז סוף וואך ענדיגן די סדרה און האבן אריכות ימים ושנים.
בנוגע וואס וועט זיין מיט אומאן היי יאר; האב נישט קיין מורא, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זיין היי יאר ראש השנה אין אומאן. מיר פארן מיט מסירת נפש; עס איז יעדעס יאר שווער צו פארן, דאך פארן מיר ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.