מכתב יומי
כו תשרי תשע"ט
October 05 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בראשית-מברכים החודש, כ"ו תשרי, שנת תשע"ט לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם יתברך אז מיר גייען היינט אריין אין "שבת בראשית"; מען רופט דעם שבת 'שבת בראשית' כדי צו דערמאנען דעם מענטש ער זאל זיך מאכן א חשבון הנפש: 'מען הייבט יעצט אן נאכאמאל די הייליגע תורה, איך וועל אויך אנהייבן לערנען די הייליגע חומש; עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר, ווען וועל איך שוין אנהייבן לערנען?' דעריבער רופט מען דעם שבת 'שבת בראשית' אז דער מענטש זאל זיך אויפוועקן פון זיין טיפע שלאף און אנהייבן לערנען די הייליגע תורה.
וויסן זאלסטו אז אן תורה איז גארנישט דא; א פלאץ וואו מען רעדט פון תורה דארט איז דא אמת, אבער אז מען דריידט זיך אין א פלאץ וואס מען רעדט דארט פון אלעס נאר נישט פון לערנען, מען איז נישט מעורר צו לערנען די הייליגע תורה – דאן איז אלעס איין גרויסע בלאף.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד", איינער וואס לערנט נישט תורה קען נישט זיין קיין חסיד; אז מען איז נישט מעביר סדרה, אז מען עפענט נישט קיין משניות, גמרא, שלחן ערוך וכו' - איז אלעס איין גרויסע שקר.
אזוי אויך איינער וואס לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, ווי אזוי קען ער זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד?! מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס, אז איינער לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.
איך בעט דיר: אנטלויף פון פאליטיק! אין ברסלב איז ליידער אויך דא פאליטיק; מיר טארן נישט פארגעסן קיין איין רגע ווער מיר זענען און ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן. אסאך מאל פאסירט אז א מענטש גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות, ער האט שווערע צייטן, דורכדעם ווערט ער מקורב צום רבי'ן און דער רבי איז אים זייער מחזק און שטארקט אים אזוי שטארק ביז ער פארגעסט שוין ווער ער איז און הייבט אן קאמאנדעווען, ער זאגט שוין און טוט שוין, ער ווייסט שוין פונקטליך ווער עס איז אן אמת'ער ברסלב'ער חסיד און וועם מען דארף מרחק זיין וכו'.
נאכדעם איז דא ווען דער יצר הרע זעט אז א מענטש איז שטארק מיט די עצות פון רבי'ן דעמאלט קומט ער צו אים פון אן אנדערע זייט; ער קומט צו אים מיט א פנים פון 'אויפטון', ער שלעפט אריין דעם מענטש אין מחלוקת, דער מענטש פארגעסט אז עס איז דא א זאך וואס רופט זיך: 'בית הקברות', דארטן מוזן אלע מענטשן אנקומען, דארט איז שא שטיל, דארט איז נישט דא קיין מחלוקת, דארט איז נישט דא קיין עכטע און נישט עכטע, דארט נעמט מען אפיר יעדן טאג פונעם מענטשנ'ס לעבן און מען משפט דעם מענטש אויף אלע זיינע מעשים.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת מִנְהַג יִרְאֵי הַשֵּׁם תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ, קֹדֶם שֶׁיַּתְחִיל שׁוּם דָּבָר יִזְכֹּר מִיָּד בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", דאס איז דער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען טראכטן פונעם תכלית, אז עס קומט נאך א וועלט און קיינער בלייבט נישט דא.;עס גייט קומען א טאג וואס מיר אלע וועלן איבערלאזן די וועלט, מען וועט נעמען דעם מענטש און אים אריין לייגן אין גרוב, דארט וועט גארנישט נוצן, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זיך אנגעגרייט וועלן מיר מיטנעמען אויף יענע וועלט.
אז מען הייבט אן דעם טאג מיט זכרון בעלמא דאתי איז דער גאנצער טאג אן אנדערער טאג; דעמאלט האט מען נישט קיין צייט צו רעדן פון דעם און פון יענעם נאר מען כאפט אריין פרקים משניות און דפים גמרא, מען זאגט קאפיטלעך תהילים און מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן.
מיין נישט אז אין ברסלב אליינס זענען נישט דא וואס זענען פארנומען מיט פאליטיק; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.
ווען דער רבי האט געענדיגט זאגן דעם תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מט) האט דער רבי געזאגט דעם לשון: "אִיר דַארְפְט זִיך זֵיעֶר יָאגִין אִיר זָאלְט נָאךְ קֶענִין עֶפִּיס כַאפִּין"; עס איז נישט דא קיין צייט פאר פאליטיק, עס גייט א טאג און עס קומט א טאג ביז עס גייט אריבער נאך א יאר און נאר דאס ביסל גוטס וואס מיר כאפן אריין דאס וועט פון אונז איבער בלייבן.
גרייט דיר אן שיינע מעשיות פאר די סעודות שבת; קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף שבת צו קענען זיצן מיט טאטע מאמע און פארברענגען מיט זיי.
א פרייליכן שבת.