מכתב יומי
כח תשרי תשפ
October 27 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זיי ווייטער שטארק אין הפצה; א ברסלב'ער חסיד דארף יעדן טאג עוסק זיין אביסל אין הפצה.
רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", דער רבי פלעגט אונז אסאך מאל אנשרייען, פארשעמען און אונז אנרופן: "איר זענט טריקענע ביימער, ווייל איר זענט נישט מקרב נאך אידישע קינדער צום אייבערשטן"; האלט אין דיין קאר ספרים, קונטרסים וכו', וכו', כדי דו זאלסט שטענדיג האבן מיט דיר ספרים פון רבי'ן צו קענען מחי' זיין נאך א איד.
רבי נתן האט געזאגט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן: "אייער עובדא זאל זיין יפצו מעינותיך חוצה".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.