מכתב יומי

כז תשרי תשפ"ב

October 03 2021

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מען געבט זיך איין דריי און עס גייט שוין א פרישע סדרה, עס גייט שוין פרשת נח; אז מען האט שכל, מען הייבט אן מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך, מען לערנט אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער - דעמאלט איז מען זוכה צו ענדיגן יעדע וואך די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום.


דאס וויכטיגקייט פון לערנען יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום קען מען זען פון דעם וואס צדיקים האבן אזוי סאך גערעדט פון דעם; אלע צדיקים האבן געמאנט פון זייערע תלמידים זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש רש"י, דאס ברענגט יראת שמים און עס ברענגט ליבשאפט צום אייבערשטן. איך האף אז דו האסט אנגעהויבן די יאר מעביר סדרה זיין, האסט געענדיגט פרשת בראשית, היינט איז צייט אנצוהייבן פרשת נח.


איך האב געהערט פון איינעם פון אנשי שלומינו, ער זאגט מיר אז ער האט זיך מקבל געווען די יאר ראש השנה ביים רבינ'ס ציון אז ער וועט שטענדיג האלטן אין טאש א קליינעם משניות. עס איז מיר זייער געפאלן, איך האב געהערט אלע סארט קבלות פון אינגעלייט און בחורים אבער די קבלה פון האלטן אין טאש א קליינעם משניות איז מיר דאס מערסטע געפאלן; ווייל דאס איז א קבלה וואס מען קען נישט אראפפאלן פון דעם, ביסט זיך גארנישט מחייב, נעמסט זיך נישט אונטער קיין סכום וויפיל צו לערנען; פון די אנדערע זייט, איינמאל מען האט דעם קליינעם משניות אין טאש - וועט מען שוין לערנען און לערנען אן א שיעור משניות.


לייג אריין אין טאש א קליינעם משניות - וועסטו יעדן טאג אנקומען צו לערנען זייער אסאך פרקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.