מכתב יומי
כז אדר א' תשע"ט
March 04 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א רבי וואס פולט אונז אן מיט אזויפיל גוטס; ער מאכט אונז רייך מיט תורה תפילה, מיר זאלן יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, אזוי אויך משניות און גמרא וכו' וכו'.
עס איז אריבער א לאנגע ווינטער, קוק וואו מען האלט. די וואך שבת פרשת פקודי שרייט מען שוין נאכאמאל: "חזק, חזק, ונתחזק"; אז מען פירט זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י, שנים מקרא מיטן תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער, דאן ענדיגט מען יעדע וואך די סדרה און מען קען שרייען מיט רעכט: "חזק חזק, ונתחזק!" ווייל יעדן טאג איז א טאג, עס בלייבט גוטס פון יעדן טאג. נאר דאס ביסל תורה וואס מען לערנט און מצוות און מעשים טובים וואס מען כאפט אריין בלייבט פונעם מענטש.
מען הערט כסדר מעשיות ווי יונגעלייט ווערן אריין געדרייט אין גניבות, דאס גאנצע געלט וואס זיי שפארן אפ ווערט פארלוירן דורך באנדיטן און שווינדלערס, זעט מען אז נישט געלט איז וואס בלייבט איבער פונעם מענטש נאר תורה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וְהַכְּלָל שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", עס קען נישט זיין עס זאל בלייבן געלט ביים מענטש, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פונעם געלט, דאס הייסט אז דער מענטש שטארבט. "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנִּזְכָּר לְעֵיל", עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז דער מענטש מיט זיין געלט זאלן בלייבן אינאיינעם. זאגט דער רבי: "וְאֵין לְהִסְתַּכֵּל אִם יִהְיֶה לוֹ מָעוֹת אִם לָאו", דער מענטש זאל נישט טראכטן צי ער וועט האבן געלט אדער ער וועט נישט האבן געלט, "כִּי בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ יְבַלֶּה יָמָיו בְּשָׁוֶה", ווייל סיי דער וואס האט געלט און סיי דער וואס האט נישט געלט ביידע גייען אריבער דעם זעלבן לעבן וכו'; דער עיקר זאל מען ארויס כאפן גוטע זאכן.
דערפאר בעט איך דיר, נעם זיך אין די הענט אריין און הייב אן נאכאמאל מעביר סדרה זיין יעדן טאג, דורכדעם וועסטו האבן הצלחה. געדענק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען עס שפירן חס ושלום, און פארקערט - א וואך וואס מען איז מעביר סדרה - האט מען הצלחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
עס איז נישט גוט פאר דיר צו טראכטן שטענדיג פונעם 'עבר' – וואס איז געווען.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה י:): "כָּל מָקוֹם שֶׁנֶּאֱמַר וַיְהִי, אֵינוֹ אֶלָּא לָשׁוֹן צַעַר", איבעראל וואו עס שטייט דאס ווארט 'וַיְהִי' – 'עס איז געווען', איז דאס א לשון צער, עס איז געווען די אנהייב פון א צער, אבער "וְהָיָה", אז מען קוקט אויף ווייטער, מען טראכט עס גייט זיין גוט, "אֶלָּא לָשׁוֹן שִׂמְחָה", ווערט מען פרייליך.
בעט איך דיר דו זאלסט טראכטן אז עס גייט זיין גוט; פייניג זיך נישט מיטן עבר, וואס דאס ברענגט אז דו זאלסט נישט קענען איינשלאפן. אז דו קענסט נישט איינשלאפן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; לכאורה, וואס העלפט תחיית המתים פאר איינעם וואס קען נישט איינשלאפן? נאר געווענליך ווען מען וויל איינשלאפן הייבט מען אן טראכטן אלע שרעקעדיגע זאכן, עס הייבן אן אריינקומען אין קאפ דמיונות: 'וואס וועט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן וכו' וכו'?' יעדער איינער מיט זיינע דימיונות און פחדים, אויף דעם זאגט דער רבי, טראכט פון תחיית המתים, דאס הייסט דו זאלסט טראכטן: 'ביים סוף וועט זיין גוט, אפילו מען שטארבט גייט מען אויפשטיין תחיית המתים'; דעמאלט קען מען שוין רואיגערהייט איינשלאפן, ווייל אז מען לעבט מיט אמונה ווערט מען רואיג, מען ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן פאר'ן מענטש אן דעם אייבערשטן.
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, אלע שלעכטע מחשבות קומען אן ביינאכט, אזוי ווי דער רבי דערציילט אין די מעשה פון דעם בן מלך ובן השפחה שנתחלפו (ספורי מעשיות, מעשה יא): "ווען עס איז געווארן טאג האבן זיי געהערט א גרויס געלעכטער, האבן זיי געפרעגט דעם מענטש פון וואלד: 'וואס איז דאס געלעכטער?' האט ער געזאגט, דער טאג לאכט אויס דער נאכט, ווייל דער נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס אז דו קומסט האב איך קיין נאמען נישט, הייבט דער טאג אן צו לאכן און עס ווערט טאג"; דאס זעט מען ממש בחוש, ביינאכט הערט מען ברומען פון די חיות רעות, ביינאכט קומען אן אלע שלעכטע מחשבות: 'וואס וועט זיין?' 'אפשר גייט זיין א פייער?' 'אפשר גייט א גנב קומען?' דאס זענען די ברומען פון די חיות, מען טראכט נעגעטיווע מחשבות. אבער איינמאל מען שטייט אויף אינדערפרי פאלט אלעס אוועק, עס איז מער נישט דא קיין פחדים, עס איז מער נישט דא קיין: "וואס וועט זיין?" דאס איז דער געלעכטער וואס דער טאג לאכט אויס דעם נאכט, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדע נאכט נאכאמאל און נאכאמאל, ביינאכט איז מען באזארגט און צופרי איז מען פרייליך און רואיג.
א גוטע נאכט.