מכתב יומי
כז אדר א' תשפ"ב
February 28 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, האב רחמנות אויף דיר; איך האב זייער מורא פאר דיר, פאר דיין עתיד; איך זע פאר מיינע אויגן אז עס גייט דיר חרוב ווערן דיין שטוב, דו זאגסט דו ליידסט פון דיין ווייב און דיין ווייב זאגט זי ליידט פון דיר; איך שפיר ווי אט אט פארלירסטו אלעס.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; דער מאן דארף זיין דער מוותר, דער מאן דארף זיין דער וואס איז מוחל, דער וואס רעדט שיין, דער וואס שלינגט.
מיר האבן א קבלה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווען עס גייט שווער פאר'ן מענטש, מען ליידט פון די ווייב - דאס קומט ווייל מען רעדט נישט שיין. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "כשאדם פוגם במח מחשבתו, אזי הוא סובל מילדיו", ווען א מענטש זינדיגט מיט שלעכטע מחשבות - וועט ער ליידן פון זיינע קינדער, "וכשאדם פוגם בדיבורו, הוא סובל מאשתו", און ווער עס איז פוגם מיט'ן דיבור - דער ליידט פון די ווייב, "וכשאדם פוגם במעשיו, סובל מאנשים שמצערים אותו", און ווער עס איז פוגם מיט שלעכטע מעשים - דער ליידט פון מענטשן; זאגט מוהרא"ש, דער הייליגער בעל שם טוב זאגט "נגד הפה הוא האשה", אז מען פארזינדיגט זיך מיט'ן מויל ליידט מען פון די ווייב; אז מען זאגט א שלעכט ווארט פאר די ווייב - ווערט זי באליידיגט און מען ליידט.
איך בעט דיר זייער, בארעכן זיך, לאז נישט דיין לעבן חרוב גיין; עס איז נישט עק וועלט אז דיין ווייב האט דיר געזאגט, זי האט דיר געטשעפעט, זי האט דיר דערמאנט עפעס אן אלטע מעשה; מאך נישט קיין גאנצע טראסק פון דעם, זיי איר מוחל און גיי ווייטער מיט דיין לעבן.
איך ווארט און האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער פון מיין צעבראכענע הארץ; גלייב מיר, איך האב נישט קיין כח; דיין ווייב וויינט אז זי גייט צוגרינד, עס פאלט שטיקער פון איר; איך קען דאס נישט צוזען, איך וויל נאר דיר זאל גוט גיין.