מכתב יומי
כז אדר ב' תשע"ט
April 03 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער; שלאגן קינדער קומט נישט פון חינוך דאס קומט פון כעס און רציחה. שלאגן העלפט נישט; כאטשיג בשעת מעשה זעט אויס ווי מען האט גע'פועל'ט אבער באמת טוט מען גארנישט אויף. וויי פאר עלטערן וואס שלאגן די קינדער; ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי נישט וועלן קוקן אויף די עלטערן.
בעט איך דיר און איך ווארן דיר: נוץ נישט דיינע הענט; אז דו וועסט רצח'נען און שלאגן דיינע קינדער וועלן זיי אויסוואקסן בעלי מומין, פעלערהאפטיג און דערשראקן וכו' וכו'. איך זע דאס אן ביי די קינדער אין חדר און אין סקול; עס זענען דא קינדער וואס זענען זייער דערשראקן און צוריקגעצויגן נאר ווייל די עלטערן רצח'נען זיי. אז דו ביסט אזוי כעס'יג אויף יעדע קלייניקייט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גלייבן און וויסן אז דו פירסט די וועלט און איך זאל זיך נישט אויפרעגן אויף קיינעם".
יעדעס מאל עס איז דיר באשערט שפע פארלירסטו דאס מיט דיינע אייגענע הענט דורך כעס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) אז כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ, און יעדעס מאל עס איז באשערט פאר א מענטש רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס פארגינט נישט דעם מענטש ער זאל ווערן רייך – און ער ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען; כעס איז אבער אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף. עס איז כדאי דו זאלסט לערנען יעדן טאג דעם תורה און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן דערביי, ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט קענען צעברעכן די שלעכטע מידה פון כעס, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.
אז דו וועסט מוותר זיין וועט קומען אויף דיר גרויס שפע; מוהרא"ש ברענגט בשם דער הייליגער צדיק רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן זכותו יגן עלינו, וואס טייטשט דעם פסוק (במדבר ז, יד): "כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת" - "כַּף אַחַת", כף איז א לשון פון איינבייגן (כפיפה); אז א מענטש בייגט איין זיין גאוה, "עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת", וועט ער ווערן רייך און האבן שפע; בפרט אין שטוב פאר די ווייב, אויב מען זוכט נישט אויסצופירן איז מען זוכה צו גרויס שפע.
היינט נאכט איז דא א שיעור פאר די פרויען, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען.
יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אז מען זאל קענען באצאלן אלע מלמדים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב אכטונג נישט וויי צו טון קיינעם, און אויב מען האט דיר וויי געטון ענטפער נישט; אנשטאט ענטפערן זאלסטו פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.
איך האב דיר צו דערציילן א מעשה פלא; הגם עס איז פריוואט אבער דו וועסט קענען ארויס נעמען פון דעם חיזוק. איך האב באמערקט לעצטנס ביי מיין זון וואס לערנט יעצט עברי אז ער פאלט ארויס און ער כאפט נישט אויף די כללים; איך און מיין ווייב האבן אנגעהויבן שטארק צו בעטן דעם אייבערשטן, איך האב גערעדט צום מלמד דערוועגן און מיר האבן געווארט אויף א ישועה. למעשה, געלויבט דעם אייבערשטן אז די וואך האבן מיר געזען ממש א מחי' ווי אזוי ער זאגט די עברי, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
היינט האב איך געטראפן דעם מלמד נרו יאיר, און ער פרעגט מיר צי איך האב געזען א שינוי לטובה ביי מיין זון, זאג איך אים: "אודאי", און איך זאג אים: "פונקט האב איך דיר געוואלט זאגן אז די וואך האט זיך עס געגעבן א רוק פאראויס; מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן - איך און מיין ווייב - דא קען מען זען בחוש אז תפילה העלפט"; אזוי רעדנדיג זע איך ווי ער שמייכלט, פרעג איך אים: "דו האסט אויך געבעטן?" זאגט ער מיר: "איך האב א שיינע מעשה צו דערציילן דעם ראש ישיבה; שבת אינדערפרי האב איך געזען ווי א יונגערמאן האט געכאפט א בזיון, ער איז רויט געווארן ווען איינער האט אויף אים געשריגן וכו', בין איך צוגעגאנגען צו אים און אים געבעטן א ברכה, קודם האט ער מיר נישט געוואלט געבן, ער האט מיר געזאגט 'לאז מיר אפ', אבער ווען איך האב אים ווייטער שיינערהייט געבעטן האט ער מיר געפרעגט וואס איך וויל, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר ווינטשן הצלחה מיט מיינע תלמידים, אלע קינדער זאלן קענען די עברי און קיינער זאל נישט ארויספאלן, ער האט מיר געווינטשן און יעצט זע איך ווי זאכן רוקן זיך, ממש א מחי'".
פארוואס דערצייל איך דיר דעם סיפור? פאר צוויי טעמים; איינס, געב א קוק וואס פאר א כח מען האט אין הימל ווען מען ווערט פארשעמט, אז מען איז זוכה און מען האלט זיך איין ווען איינער איז מבזה קען מען דעמאלט פועל'ן זייער שיינע זאכן.
צווייטנס, געב א קוק וואס הייסט א מלמד; ער טראכט און לעבט מיט זיינע תלמידים. עס באדערט אים אז איינער פון די קינדער האלטן נישט מיט, עס אינטערעסירט אים איין זאך: "זיינע תלמידים וואס זענען ביי אים ווי קינדער זאלן מצליח זיין".
איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר אזעלכע מלמדים וואס מיר האבן אין חדר, איינס ביי איינס; און פאר די טיטשערס וואס מיר האבן אין סקול, זיי קוקן אויף די קינדער ממש ווי אייגענע קינדער.
לערן זיך ארויס פון די מעשה זאלסט זיך דערהאלטן נישט וויי צו טון קיין שום איד. קיינעם נישט זאגן וואס צו טון, קיינעם נישט שטעכן און קיינעם נישט פליקן; פארקערט, ווייז פאר דיין חבר א שמייכל, וועסטו זוכה זיין צו באקומען גרויסע ניסים פונעם אייבערשטן.
א גוטע נאכט.