מכתב יומי

כז אדר תשפ

March 23 2020

[די ביינאכט און די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אויף אלע אידן, מיר זאלן אפקומען אלעס וואס מיר דארפן אפקומען.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות פדיון שבוים, סימן ה): "מִי שֶׁאֵינוֹ יוֹצֵא מִבֵּיתוֹ חָשׁוּב כִּתְפִיסָה", ווער עס גייט נישט ארויס פון שטוב איז דאס אזוי ווי ער זיצט אין תפיסה; מיר זענען איינגעשפארט אין שטוב, עס איז נישט גרינג אבער דער אייבערשטער אז מיט אונז, עס איז נאך מיט גרויס חסדים. אז מען קוקט גוט זעט מען אז דער אייבערשטער איז זייער גוט צו אונז; ער געבט אונז אן א שיעור אומזיסטיגע גוטס, מיר דארפן קוקן און אויפזוכן דאס גוטס וואס ער געבט אונז, מיר דארפן אים דאנקען אויף די גוטס וועט ער אונז ברענגען נאך גוטס.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז דיין ווייב אביסל גיין שפאצירן; אמת מען דארף יעצט זיין אפגעזונדערט וכו', אבער מען מעג און מען דארף אביסל ארויסגיין אויף די לופט שעפן א פרישע אטעם. בלייב אביסל אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען אביסל ארויסגיין כאפן איר אטעם פון זיין א גאנצן טאג מיט די קינדער.


זוכסט א סגולה צו ווערן געראטעוועט פון די קאראנע, פון שטארבן? נעם די סגולה פון די הייליגע חכמים (ברכות ח., :), נעם א חומש און זיי מעביר סדרה; יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל חומש מיט תרגום, דאס וועט דיר געבן לאנגע טעג און לאנגע יארן.


אויך זאלסטו לערנען אביסל משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר רייניגן פון אלעם שלעכטס.


געלויבט דעם אייבערשטן אז א טייל שולן האבן צוריק געעפנט די מקוואות, די רעגירונג לאזט גיין אין מקוה (מיט געוויסע תנאים); זאלסטו מקפיד זיין צו גיין אין מקוה. הער נישט אויס קיינעם, הער נישט צו די אלע וואס רעדן אנטקעגן מקוה וכו' וכו', - ווען די גאנצע מחלה קומט נאר פון די וואס טוען עבירות, נישט פון מצוות און מעשים טובים; קוקן טאג און נאכט סטעטו"ס - דאס ברענגט פראבלעמען, מקוה און דאווענען מיט מנין ברענגט נאר רפואות און ישועות.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'


זייטס נישט דערשראקן פון קאראנע; זייטס נישט באזארגט טראכטנדיג: 'וואס וועט זיין?' ווייל די זארג און שרעק איז א גרעסערע סכנה ווי די מחלה אליין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לָא תַּעֵיל דַּוְיָא בְּלִבָּךְ, דְּגַבְרֵי גִּיבָּרִין קְטַל דַּוְיָא", נעם זיך גארנישט צום הארצן, ווייל אסאך גיבורים זענען שוין געשטארבן פון דעם וואס זיי האבן יעדע זאך גענומען צום הארצן.


איך בעט אייך זייער, לאזט אייך נישט פארפירן פון די וואס רעדן אייך צו צו קויפן א סקרין פאר אייערע קינדער, אזוי וועט איר קענען זיין רואיג אין שטוב; איך בעט זיך און איך וויין צו אייך, טוטס דאס נישט, ברענגטס נישט אריין אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, ווידיאוס און פלעיס - אפילו כשר'ע; דאס איז ערגער פון די קאראנע.


עס איז שוין צייט זיך אויפצואוועקן און תשובה טון; דער אייבערשטער ברענגט א צרה נאר כדי מיר זאלן צוריק קומען צו אים, נישט צו ווערן דערווייטערט פון אים.


וואויל איז די פרוי וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט די כלים; נישט קיין סמארטפאן, נישט קיין טעבלעט און נישט קיין שום זאך וואס האט סאשעל מידיע.