מכתב יומי

כח אייר תשע"ט

June 02 2019

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; נאך אביסל וועט אלעס זיין גוט, דו וועסט צוריק קוקן און זען די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, פארוואס דו האסט געדארפט אריבער גיין דיין גאנצע פרשה וכו'.


זיי פרייליך אפילו דו האסט נישט מיט וואס און בארג אויס שמחה פון שפעטער; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט אויף צו זיין יעצט פרייליך".


דעם שבת בין איך געווען אין בלומינגראוו, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין צווישן אנשי שלומינו. איך האב געדאוונט אלע תפילות אין היכל הקודש, עס שפירט זיך דארט אן אויר הזח והנח, א ריינע לויפט; אלע האבן זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן; איך האב געהאט אן אמת'ע עונג שבת צו זיין מיט מיינע תלמידים.


מען זעט ממש וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך.


ביי מיר איז דאס יעצט דער עיקר; איך זע ווי דער ס"מ פרובירט מיט אלע זיינע כוחות אונז צו צעברעכן, ער האט שוין אויסגעשאסן זייער אסאך קוילן אויף אונז, יעצט פרובירט ער צו גיין פון אינעווייניג (הי' לא תהיה, עס וועט אים נישט גיין). מיר דארפן זיך זייער שטארקן נישט צו האבן שייכות מיט ליצים וואס דרייען זיך צווישן אונז וואס מאכן א געשפעט פון רבינ'ס ווערטער.


רבי נתן זאגט אז ליצנות איז 'אבי אבות הטומאה'; ווייל עס איז נישט דא נאך אזא טומאה וואס נעמט אוועק די אמונה און קדושה פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן העלפט מען פון הימל ער זאל קענען אוועק גיין, שֶׁנֶאֱמַר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, פארוואס האבן חז"ל אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות ברענגט מען אים א לץ, און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן אין עבירות.


רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן"; די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען זענען ליידער אוועק געפאלן. דערפאר דארפן מיר זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צוטון מיט לצים, אפילו פון די מה שקורין "היימי"ש" וכו'; ליצנות איז זייער שעדליך, אזוי ווי מיר געפונען (פסחים קיב:) אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


ליצנות איז גאר א הארבע זאך און עס פארשטעלט אלעס; עס ווערט געברענגט אין ספרי מוסר (של"ה הקדוש, מסכת יומא, פרק דרך חיים ותוכחת מוסר): "לֵיצָנוּת אַחַת דוֹחֶה מֵאָה תּוֹכָחוֹת", איין ליצנות נעמט אוועק הונדערט דרשות פון יראת שמים; אזוי אויך ברענגט דער הייליגער מסילת ישרים (מסילת ישרים, פרק ה) אז ליצנות איז ווי א פאנצער קעגן יראת שמים; פונקט ווי א מענטש וואס טוט זיך אן א פאנצער קען מען אים נישט שיסן - די פאלן גייען נישט אריין אין אים, אזוי איז ליצנות א פאנצער אנטקעגן יראת שמים. דערפאר בעט איך דיר, געב אכטונג זאלסט נישט האבן קיין שום שייכות מיט לצים און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם.


איך בעט דעם אייבערשטן וואס האט מיר געהיטן פון שלעכטס ביז אהער אז ער זאל מיר ווייטער היטן פון שלעכטס, מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, דאס איז וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש און אויף דעם וועל איך זיך מוסר נפש זיין - אז עס זאל זיין דא ביי אונז ריינע ד' אמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.