מכתב יומי

כז אלול תשע"ט

September 27 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים פה עיר הקודש אומן יצ"ו, כ"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען קיין אומאן זיין ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


מיר גייען יעצט אריין אינעם לעצטן שבת פון שנת תשע"ט, דארפן מיר זיך שטארקן צו זיין פרייליך א גאנץ שבת; א גאנץ שבת דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת.


ווייל ווען מען קומט צום רבי'ן און מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים איז מען זוכה צו ווערן דבוק צום אייבערשטן; דער רבי געבט אונז יראת שמים, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר זיכער אהין געלאפן און געזוכט ווי מער מען קען נעמען דערפון, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?


אפילו דו ביסט שוין געווען ביים ציון גיי נאכאמאל; יעדעס מאל מען איז זוכה צו קומען צום ציון איז מען זוכה צו נאך תיקונים בזה ובבא. ביים ציון זאלסטו זיך עקשנ'ען און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר ריין מאכן דאס הארץ, דער עיקר דארף מען בעטן מען זאל האבן א "לב – בשר", א ברסלב'ע הארץ, א ריינע הארץ, קיינעם נישט פיינט האבן און קענען יעדעם ליידן, ביים ציון זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן. נעם ארויס פון מיין הארץ די שנאה וואס איך האב צו ..., איך קען אים נישט סובל זיין, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל ליב האבן יעדן איד, איך זאל זיין בשלום ושלוה מיט יעדן איינעם", ביים ציון קען מען זוכה זיין צו באקומען א ריינע הארץ.


געדענק וואס מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "דער רבי קען נעמען דעם גרעסטן בעל עבירה, חוץ א בעל מחלוקת"; א בעל מחלוקת האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן. דערפאר לאמיר זיך יעצט פארנעמען צו זיין בשלום מיט אלעמען.


מוצאי שבת וועלן מיר זאגן סליחות ביי חצות הלילה, נאך סליחות וועסטו קענען געבן א פדיון נפש, ויהי רצון שימתקו הדינים והגבורות הקשות מעליך על ידי פלא עליון, שהוא חסדים גדולים ורחמים גמורים ופשוטים, שאין בו תערובות דין כלל אמן.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.