מכתב יומי
כז אלול תשפ
September 16 2020
‹ ›[ביים סוף פון די בריוון איז בייגעלייגט א פרויען בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד אנשי שלומינו שיחיו.
איך בעט אייך אלע איר זאלט זיך נישט פארלירן, האלט אייך שטארק; דער אייבערשטער וועט אונז העלפן מיר זאלן קענען דורכברעכן אלע מניעות און קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
א גאנצע נאכט האבן מיר געארבעט מיט אלע באאמטע, מען האט געטון וואס מען קען נאר שתדל'ן פאר די וואס זענען געבליבן שטעקן אין ...; ביז דערווייל איז אלעס פארקלאפט, עס איז דא איין אפציע, בעטן דעם אייבערשטן.
פארלירט אייך נישט; ישועת ה' כהרף עין.
א כתיבה וחתימה טובה.
...
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
שלום וברכה לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, וואס זענען געבליבן שטעקן אין קערעסטיר.
גייט צום ציון הקדוש פון הרב הקדוש רבי ישעי' זכותו יגן עלינו, וויינט דארט ביים ציון צום אייבערשטן ער זאל מאכן א נס מיר אלע זאלן קענען קומען קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, זיין ראש השנה אין אומאן.
זאגט פאר'ן באשעפער די ווערטער: "רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע חיות – איז דער הייליגער רבי; מיין שלום בית, מיין פרנסה, מיין תורה ותפלה – אלעס קומט פון הייליגן רבי'ן, איך וויל אזוי שטארק זיין אין אומאן, העלף מיר אייבערשטער! דו ביסט דאך דער כל יכול, דו קענסט עפענען אלע גרעניצן, אלע פארשלאסענע טויערן בזכות כל הצדיקים אמן".
א כתיבה וחתימה טובה.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד מיינע טייערע אנשי שלומינו שיחיו, וואס זענען געבליבן פארשפארט אין ....
הדבר הראשון דארפט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט שוין סמוך ונראה צום רבינ'ס ציון; איר האט צעבראכן אלע מניעות, איר שטייט שוין ממש ביים גרעניץ צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.
שנית, אלע זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל געשען נסים מען זאל ענק ארויסלאזן; מיר האבן א גאנצע נאכט און א גאנצן טאג פרובירט יעדע זאך צו טון איר זאלט קענען ארויסקומען פון עירפארט, עס איז נישט דא וואס צו מאכן, אלעס איז פארקלאפט, עס איז דא 'תפלה והתבודדות'; בעטן און בעטן און בעטן, דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.
א כתיבה וחתימה טובה.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד מיינע טייערע תלמידים און מיינע קינדער וואס זענען שטעקן געבליבן ביי די גרעניצן ארום אוקריינא.
איך קום יעצט פון ציון, איך האב אסאך געבעטן עס זאל געשען א נס די גרעניץ זאל זיך עפענען.
פארגעסט נישט וואס די נייעס האט געזאגט אין מצרים ווען די אידן האבן געוואלט ארויסגיין, אלע נייעס און אלע עסקנים האבן געזאגט פה אחד: "נישטא קיין וועג ארויס".
אויך ווען די אידן זענען געווען אין מדבר האבן אלע לענדער – מואב און מדין, אלע האבן געזאגט מען נעמט נישט אריין די אידן, אפילו מען האט זיך געבעטן ביי זיי: "מיר ווילן נאר אריבערגיין", וכו'.
אבער דער צדיק – משה רבינו האט געזאגט: "מיט תפלה, ונצעק אל ה' – וועט מען אריין גיין קיין ארץ ישראל".
קיינער פון אייך זאל נישט צוריק פארן קיין אמעריקא, ווארטס, ה' ילחם לחם ואתם ת...
ענקער ראש ישיבה וואס ווארט אייך אפ אין אומאן בכליון עיניים.
יואל בן ריצא רעכיל
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד אלע טייערע נשים צדקניות תלמידות היכל הקודש שתחיו.
איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער מתפלל זיין אז אונזערע מענער און קינדער זאלן אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון קיין אומאן אויף ראש השנה.
יעדער פון אייך זאלן זיך מקבל זיין גוטע זאכן, אפילו קלייניקייטן; נישט מיט א תנאי, נאר זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך נעם זיך פאר די און די גוטע זאך לזכות אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן אנקומען צום רבי'ן אין אומאן אויף די יאר ראש השנה".
געדענקטס, ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך.