מכתב יומי

כז אלול תשפ"ב

September 23 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים, כ"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען אין אומאן, פון ווען רוסלאנד איז אריין אין מלחמה מיט אוקריינא זענען מיר געווען אזוי באזארגט וואס וועט זיין מיט אומאן ראש השנה, מיר האבן אזויפיל געדאווענט מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ראש השנה ביים רבי'ן, מה אשיב לה' אז מיר זענען אין אומאן.


 די וואך שבת איז די לעצטע שבת פון יאר, די וואך שבת אז מען איז פרייליך און מען היט דעם שבת – פאררעכט מען אלע שבתים פונעם יאר, אז דו וועסט שבת זיין פרייליך, א גאנץ שבת וועסטו נאר זיין בשמחה, דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – דאס וועט זיין א ריכטיגע הכנה פאר'ן גרויסן יום הדין.


ביים רבינ'ס ציון קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס, מען קען פועל'ן שידוכים, און די וואס זענען שוין חתונה געהאט קענען פועל'ן ביים ציון צו באקומען דעת און שכל ליב צו האבן די ווייב, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פט) דער צדיק איז דער שדכן.


א כתיבה וחתימה טובה.