מכתב יומי

כז חשון תשע"ח

November 16 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מו): "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת, הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ, דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", דער גרעסטער מניעה איז, ווען דער מענטש הייבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק האלט פארן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד.


במשך די יארן פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה זענען געווען בחורים וואס האבן געהאט ביטערע מחלוקת פון זייער משפחה; נישט סתם מחלוקת, נאר ממש ווי מען ליינט אין די מעשה ביכלעך פון אמאליגע צייטן. ווער עס האט דאס נישט מיטגעהאלטן וועט נישט קענען גלייבן ווי מען האט גע'רודפ'ט יעדן בחור פון ישיבה, מיט דעם אלעם האבן די בחורים נישט אפגעלאזט דעם רבי'ן. אבער נאכדעם איז אנגעקומען די שווערסטע מניעה – מניעת המח, אסאך בחורים האבן נישט געקענט נעמען דעם מניעה און זיי האבן זיך נישט געקענט דערהאלטן; זיי האבן אנגעהויבן טראכטן: "וואס דארף איך דעם רבי'ן?" "צי קענען מיר דען נישט לעבן אן דעם רבי'ן?" דאס האט זיי אפגעקילט.


וואס איז די עצה אז א מענטש זאל נישט האבן קיין קשיות אויף צדיקים, וואס איז די עצה מען זאל בלייבן ביים הייליגן רבי'ן? "אֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב, וַאֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׁוֹמֵעַ קוֹלוֹ וּפוֹנֶה לְצַעֲקָתוֹ", ווען מען האט קשיות דארף מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל געדענקען ווער איך בין און וואס דער רבי האט מיט מיר געטון; העלף מיר איך זאל ווייטער האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן", ביז דער אייבישטער וועט אים העלפן אז ער וועט ווייטער האבן א געפיל. זאגט דער רבי ווייטער: "קֻשְׁיָא – רָאשֵׁי־תֵבוֹת: שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", די אותיות פון "קשיא" איז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים כז, ז): "שְׁמַע יְיָ קוֹלִי אֶקְרָא", אויב א מענטש האט קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק דארף ער שרייען צום אייבערשטן.


דערפאר בעט איך דיר זאלסט זיך מחזק זיין מיט תפילה והתבודדות נישט צו הערן קיין שום לשון הרע וואס מען רעדט אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו", זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב דאס געטון, "וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צו אזא רבי וואס לערנט מיט אונז אזעלכע עצות; ער לערנט אונז אויס א וועג ווי אזוי מיר פשוט'ע מענטשן זאלן אויך לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג און זיין צוגעקלעבט צום באשעפער. דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן אגאנצן טאג רעדן צום באשעפער; פון ווען מיר עפענען די אויגן ביז ווען מיר גייען שלאפן - זאלן מיר כסדר רעדן צום אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו).


ווער עס פלעגט זיך דרייען ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געקענט באמערקן ווי זיינע ליפן האבן זיך שטענדיג געשאקלט און גערעדט צום אייבערשטן, מיט אזא פשטות אן קיין חכמות.


מענטשן זענען אבער זייער ווייט פון דעם; מענטשן מיינען אז מען דארף האבן א וואלד צו רעדן צום באשעפער, גייט מען איינמאל א וואך אין וואלד און מען מאכט פון דעם א מצב וכו', בשעת וואס מען כאפט נישט אז מען קען רעדן צום אייבערשטן איבעראל, וואו מען שטייט און וואו מען גייט דארט איז דער אייבערשטער, דערפאר זאלסטו זיך באנייען פון פריש, וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן פון באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.