מכתב יומי
כז חשון תשע"ט
November 05 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וואס זאל איך דיר זאגן, די וועלט איז א וועלט פון נסיונות וואו מען פראבירט אויס יעדן מענטש מיט ביטערע נסיונות; אדרבה פון דעם וואס דו זעסט אז דער יצר הרע לאזט דיך נישט אפ, ער פארברענט דיר וכו' דאס דארף זיין דיין גרעסטע חיזוק אז דו ביסט א הייליגע הויכע נשמה, דאס אליינס דארף דיר אויפהייבן דו זאלסט נישט זיין צעבראכן.
איין זאך בעט איך דיר מיין טייערער..., אפילו דו ביסט ווי אזוי דו ביסט, היט דיין מויל און רעד נישט שמוציג; ביים אייבערשטער איז זייער הארב ווען מען רעדט ניבול פה, איך געדענק ווען דו פלעגסט רעדן איידל האסטו געהאט אלע חן פון דער וועלט, היינט האסטו דאס פארלוירן. ממש ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חן, סימן ד): ווער עס וויל זוכה זיין צו חן זאל זיך היטן פון רעדן זאכן וואס מען טאר נישט; איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, אנטלויף פון ..., וואס רעדט צו דיר ניבול פה, ווייל דורך דעם רעדסטו שוין אויך אזוי און דו כאפסט זיך נישט. דו זעסט נישט אויס גוט, דיין חן איז אוועק פון דיר; ער שיקט דיר בילדער פון גוים און גיות רחמנא לצלן, שטעל אן דיין פאון ער זאל דיר מער נישט קענען טעקסטן.
איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן וועט דיר גוט זיין.
געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אפילו אפאר ווערטער, דאס וועט דיר העלפן און דו וועסט זוכה זיין צו אלעס גוטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.