מכתב יומי

כז טבת תשפ"ו

January 16 2026

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וארא, מברכין החודש, כ"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך זע אז עס קומט דיר אן אזוי שווער דאס געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, עס גייען אריבער טעג און דו קענסט נישט זיך צוברענגען איר זאגן פשוט'ע שיינע ליבליכע ווערטער; איך וויל דיך מחזק זיין אז דו זאלסט יא זאגן גוטע ווערטער.


וויסן זאלסטו אז דאס איז זייער א וויכטיגע זאך, עס איז נישט קיין איבריגע זאך, עס איז עבודת השם, עס איז זייער הייליג און טייער ביים אייבערשטן פרייליך צו מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה, בעלה משמחה"; דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער, מיט קאמפלימענטן, ספעציעל ווען עס קומט אזא הייליגע טאג, שבת קודש - דארף מען מער גיסן גוטע ווערטער. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקונים, דף נז), שבת דארף מען רעדן שיין צו די ווייב, מען דארף שבת מאכן אנדערש ווי אינדערוואכן; אויב א גאנצע וואך האט מען נישט שיין גערעדט - דארף מען שבת רעדן שיין, הארציג און ווייך, "וְאִם אִית לוֹן שְׁלָמָא בְּכָל שִׁית יוֹמִין דְּחוֹלָא", און דער וואס לעבט א גאנצע וואך בשלום מיט די ווייב, ער רעדט אלץ שיין צו איר, "יַעַבְדוּן תּוֹסֶפֶת בְּשַׁבַּתָּא בְּפִיּוּסָא דָא לְדָא בִּרְחִימוּ סַגִּי", זאל ער שבת רעדן נאך מער שיין, נאך מער הארציג און נאך מער ווייך, ווייל אזוי ברענגט מען די שכינה אין שטוב, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שרייען ביי די סעודות, זאלסט נישט חס ושלום אריינגיין אין א כעס השם ישמרינו, בעט אסאך אויף דעם, און ווען די טובל'סט זיך היינט ערב שבת אין מקוה זאלסטו שטילערהייט בעטן אויף דעם, מאך מיט דיינע ליפן א תפילה: "רבונו של עולם איך וויל פרייליכע סעודות, א פרייליכע שטוב".


איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן אבער איך דארף גיין העלפן אין שטוב.


א פרייליכן שבת.