מכתב יומי

כז כסלו תשע"ח

December 15 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת; החכם עיניו בראשו, דארף מען זען אלעס אנצוגרייטן גענוג פרי אז מען זאל קענען מקבל שבת זיין בשמחה ובטוב לב. זע אנצוגרייטן די מנורה גענוג פרי אז דו זאלסט נישט צוקומען צו חילול שבת חס ושלום; קודם צינדט מען די מנורה און נאכדעם צינדט מען אן די שבת ליכט.


דער הייליגער חיד"א שרייבט אין זיין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע, סימן קמ) אז ערב שבת פארן זמן שבת איז א צייט וואס עס איז זייער איינגעשטעלט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, דער ס"מ פרובירט מיט אלע כוחות עס זאל אויסברעכען א פייער פון מחלוקות, דערפאר זאגט דער חיד"א, זאל יעדער מענטש אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין מחלוקת און נישט מקפיד זיין אין שטוב ערב שבת.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ו) אז די שדים און מזיקים זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות; זאגט מוהרא"ש, אז מען קען זען יעדע וואך בין השמשות ווי מענטשן לעבן אין א בהלה; מען לויפט אין מקוה, מען לויפט ערלעדיגן זאכן, ווייל דעמאלט איז א צייט וואס די שדים זוכן וואו זיי קענען צעטומלען מענטשן.


שבת חנוכה איז זייער א גרויסער שבת, דעם שבת איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט קומען צום הייליגן רבי'ן. ווען דער הייליגער רבי האט געלעבט, פלעגן די תלמידים זיך צוזאמקומען זעקס מאל א יאר - דריי מאל איז מען געפארן צום רבי'ן, ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות. און דריי מאל פלעגט דער רבי פארן צו די תלמידים - שבת שירה, שבת נחמו, און נאך א שבת.


עס איז באוואוסט דעם סיפור וואס דער רבי האט פארציילט, עס איז געווען א רב וואס האט געהאט זייער א נאנטער חבר, און זיי האבן צווישן זיך אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף', אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן, וועט קומען דערציילן פארן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן, און עס איז אריבער געלאפן גאנצע אכט און צוואנציג יאר ביז ער איז געקומען אין חלום צו זיין חבר, דער רב האט בכלל נישט געוואוסט אז ער איז נפטר געווארן, ער איז נעבעך געווען אין עולם התוהו אכט און צוואנציג יאר; ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה, האט דער רבי געזאגט בזה הלשון: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר - 'ראש השנה', 'שבת חנוכה', און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו.


קוק אריין אין ספר פעלת הצדיק (סימן תתמו) די גאנצע מעשה באריכות; א פחד פון א מעשה. א מענטש גייט אוועק מזה העולם, און זיין נשמה דרייט זיך אין 'עולם התוהו', דער נשמה ליידט שרעקליכע יסורים בשעת דער מענטש מיינט אז ער לעבט נאך.


די מעשה האט פאסירט מיט א רב, כל שכן וכל שכן סתם א מענטש, וואס דארף ער אלץ אריבערגיין ביז ער קומט אן צום בית דין של מעלה; דער רבי האט אמאל געזאגט: "עס איז דא א רב וואס האט שוין באזוכט אסאך בתי חיים", דאס הייסט ער איז שוין אסאך מאל מגולגל געווארן רחמנא לצלן.


ווען דער רבי האט געלעבט איז מען געקומען צום רבי'ן די דריי זמנים 'ראש השנה', 'שבת חנוכה', און 'שבועות', אבער נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט ר' נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, חנוכה און שבועות דארף דער טאטע זיין אין שטוב; בפרט חנוכה. ווייל חנוכה איז א יום טוב פון חינוך, און מען דארף זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן פון די וואס פארן אויף אומאן אויף חנוכה; מילא א בחור אדער א אינגערמאן וואס האט נאך נישט קיין קינדער, אזא איינער קען פארן ווען ער וויל צום הייליגן רבי'נס ציון, אבער אויב מען האט קינדער, דארף מען זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, זיי מחנך זיין ווי אזוי צו צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, און פארברענגען מיט זיי יעדע נאכט.


מוהרא"ש זאגט אז זייט דעם רבינ'ס הסתלקות פירן זיך אנשי שלומינו צו קומען דאווענען אין א ברסלב'ער שטיבל מיט אנשי שלומינו, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צוזאמען, דארט איז דער רבי. ווען דער רבי איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, האט דער רבי געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפז)".


עס איז געווען א איד א ברסלב'ער חסיד ר' סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד השם. סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן, און זיין סדר איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער קומען צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין וכו'. איינמאל ווען דער עולם איז געקומען צום ציון פארטאגס, האט מען געזען אן אינטערעסאנטע זאך, מען האט געזען ווי א ווייסע געשטאלט נעבן ציון שאקלט זיך, קודם האט מען מורא געהאט, מען האט נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז ר' סענדר'ל, ער איז באדעקט מיט שניי פון קאפ ביזן פיס. האט מען אים געפרעגט: "ר' סענדר, וואס טוט איר דא? עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן", האט ער זיי געזאגט: איך בין געקומען פארטאגס צום ציון, און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט זאל זיין וואס זאל זיין - איך גיי נישט אוועק פון רבינ'ס ציון, עס האט אנגעפאנגען צו פאלן א שניי האב איך געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו מיר 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויף קומען אויבן אין הימל, און איך וועל בעטן די מלאכים: 'איך וויל גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל', וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: 'עס רעגנט'; 'עס שנייט'; 'עס איז ווייט'; 'עס איז קאלט וכו' וכו'', וועל איך זיי זאגן אזוי: "ווען איך האב געלעבט, האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט, איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס היכל, איך וויל יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן, אן קיין תירוצים", וועט מען מיר לאזן גיין צום רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן עד) :"הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם"; ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף דער וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


א פרייליכן חנוכה, און א פרייליכן שבת.