מכתב יומי

כז כסלו תשע"ט

December 05 2018

בעזרת ה' יתברך


 


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, נר ג' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


געב אכטונג אויף דיינע קינדער - מיט וועם זיי רעדן און מיט וועם זיי האבן שייכות. מען דארף אסאך רעדן צו קינדער זיי זאלן אכטונג געבן פון נישט געזונטע מענטשן; מען דארף רעדן אפן צו זיי, עס איז נישט גענוג אז מען רעדט צו זיי מיט רמזים ווייל קינדער פארשטייען נישט קיין רמזים, אז מען רעדט נישט צו זיי אפן אז זיי זאלן זיך היטן פון מניוולים; זיי זאלן וויסן אז קיינער קען זיי נישט אנרירן וכו', וועלן זיי פאלן נאכדעם קרבנות פאר די קראנקע בעלי עבירה, און ווערן חס ושלום קאליקע'ס פאר זייער לעבן.


פארשטייט זיך אז מען דארף אסאך תפילה פאר גוטע קינדער און עלטערן דארפן וויינען יעדען טאג צום אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אבער מען דארף אויך מחנך זיין די קינדער און זיי אנזאגן וואס איז סכנה'דיג און פון וועם מען דארף אוועק שטיין; מען קען ווערן אומגליקליך פארן לעבן. אז א קינד פאלט א קרבן פאר א מניוול איז נישט דא וואס צו טון, דאס קינד ווערט אומגליקליך פארן לעבן. נעם אן וואס איך זאג דיר אפילו דו פארשטייסט עס נישט; איך וואונטש דיר אן א ברכה אז דו זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס מען דארף רעדן פון דעם און וואס איז די גרויסע רעש וואס מען מאכט פון דעם; אז דו וועסט הערן אפילו נאר איין מעשה פון די וואס זענען געפאלן פאר דעם וועסטו שוין פארשטיין וואס איך רעד.


ווען מען רעדט צו קינדער איז נישט דא קיין וכו' און קיין אנדערע ראשי תיבות; ביים שרייבן שרייבט מען וכו' וכו' אבער ווען מען רעדט דארף מען רעדן "קלאר און דייטליך"; א שאד צו ליידן שפעטער ווען מיט אביסעלע רעדן וואלט מען ווען געקענט איינשפארן אסאך עגמת נפש.


לייג אריין אין דיינע קינדער אמונה; יעצט חנוכה איז א צייט אריין צו לייגן אין די קינדער די ריינע אמונה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ב, ד) אז די יוונים האבן גוזר געווען: "כִּתְבוּ לָכֶם עַל קֶרֶן הַשּׁוֹר, שֶּׁאֵין לָכֶם חֵלֶק בֶּאֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל", מען זאל אויפשרייבן אויפן הארן פונעם קו ווערטער אנטקעגן די אמונה; וואס עפעס האבן זיי דאס געהייסן אויפשרייבן אויף די הארן פונעם קו? איז מוהרא"ש דאס מסביר אז די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה פון די גאר קליינע קינדער וואס זענען נאך אין וויגעלע און טרינקען פון א באטל. אמאליגע צייטן פלעגט מען מאכן פונעם הארן א באטל פאר קינדער, די יוונים האבן געוואלט אז אפילו גאר קליינע קינדער וואס ליגן נאך אין וויגעלע און טרינקען נאך פונעם באטל, אויף זייער מילך באטל זאל שטיין אויסגעקריצט אז מיר גלייבן נישט וכו', דארפן מיר יעצט טון דאס פארקערטע, שוין פון קליין ווייז אן זינגען מיט זיי ניגונים פון אמונה.


הלואי וואלסטו אנגענומען דעם סדר דרך הלימוד און געלערנט יעדן טאג א בלאט גמרא - אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיר העלפן ברוחניות ובגשמיות; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט נאכזאגן וואס דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זענען נעבעך געליגן איינגעזונקען זייער טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן און זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא', דורך דעם זענען זיי ארויס געגאנגען פון זייער בלאטע און זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו'; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א פרייליכן חנוכה.