מכתב יומי

כח ניסן תשע"ח

April 13 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ח ניסן, י"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת פירט מען זיך צו מאכן א שליסל אויף די חלה, כדי צו געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די מפתח פון פרנסה איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; מען זאל זיך נישט צעברעכן אדער גרויס האלטן מיט די פרנסה וואס מען האט, כאילו דער מענטש איז שולדיג אז ער האט נישט קיין געלט, אדער פארקערט – אויב דער מענטש איז געלונגען האט ער מער געלט, ווייל געלט קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יא): "לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם", פרנסה האט נישט מיטן מענטש, "וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר, וְגַם לֹא לַיֹּדְעִים חֵן"; אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן.


דעם שבת זענען מיר מסיים מסכת הוריות; מיר האבן שוין היינט מקדים געווען דער סיום אין ישיבה. איך האף אז דו האסט מסיים געווען דעם מסכת און דו וועסט מאכן א שיינע סיום מיט דיין משפחה.


ווען די ווייב און קינדער זעהן ווי דער טאטע לערנט און ענדיגט א מסכתא נאך א מסכתא ברענגט דאס אריין אין זיי א חשקת התורה; זיי וועלן נאך מאכן וואס זיי האבן געזען ביי זייער טאטע.


זונטאג מאכן מיר א פארטי פאר די מוסדות; זע צו העלפן דיין ווייב אז זי זאל קענען קומען.


א פרייליכן שבת.