מכתב יומי
כז ניסן תשפ"ו
April 14 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער און ער שטארקט זיך און האט נישט קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו, אז מען זאל זיך אויפשטעלן ווען א איד וואס האט א נישט געזונט קינד אין שטוב קומט אריין, ווייל אז עס גייט אריבער אזא מעשה, דאס איז מזכך ומטהר, קומט אים מען זאל זיך אויפשטעלן פאר אים, און אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד", דאס מיינט מען א איד וואס עס גייט אריבער אויף אים צרות ויסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן; דאס איז די גרעסטע מעלה וואס קען נאר זיין.
ליבער ברודער, אנטלויף צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט; נעם א חומש, א משניות, א גמרא, זאג די ווערטער פון די תורה. דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה, (קוק נאך אין ספר שיחות הר"ן, סימן עו).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.