מכתב יומי

כז שבט תשע"ח

February 12 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו לערנסט דיינע שיעורים קבועים יעדן טאג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.): ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות מיינט מען אים צו פרעגן צי ער האט געהאט א קביעות'דיגער שיעור יעדן טאג צו לערנען תורה. אבער דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד) אז 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ"; דאס איז פשט פון די שאלה, מען פרעגט דעם מענטש: 'קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה' האסט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען? האסט ארויס געכאפט פון דיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט פאר תורה?


איך קען ברסלב'ער אידן וואס וואו זיי גייען נעמען זיי מיט זיך א זעקל ספרים, א חומש, א משניות'ל, א גמרא, א תהלים'ל; און ווען עס מאכט זיך אפאר מינוט וואס זיי האבן פאר זיך, כאפן זיי אריין א פרק משניות אדער א דף גמרא וכדומה. א ברסלב'ער חסיד פארברענגט נישט קיין צייט נאר ער פילט אן דעם טאג מיט גוט'ס.


א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן צו א יריד מיט זיין סחורה, אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ממשיך זיין צו פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט און אויסגעשפרייט א דעכל אויפן וואגן און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז ר' נתן אריבער געפארן און געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות, מיט א געשמאק... שפעטער האט ר' נתן פארציילט: "איך האב געזען ווי דער איד האט הנאה געהאט אז עס רעגנט, ווייל אזוי קען ער נישט ארבעטן און ער קען אביסל לערנען".


דאס איז מיין גאנצע כוונה מיט די ישיבה; אריין לייגן אין די בחורים אהבת התורה. זיי זאלן ליב האבן צו לערנען, זיי זאלן וויסן אז אפילו מען איז אן ארבעטער, מען איז פאריאגט און פארפלאגט - דאך קען מען לערנען און זיין דבוק אין די הייליגע תורה, ווייל נאר די הייליגע תורה בלייבט אייביג מיטן מענטש און דאס היט אפ דעם מענטש אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


איך האף דיר צו זען היינט נאכט ביים שיעור; עס איז זייער וויכטיג צו קומען צום שיעור איין מאל א וואך. אז מען קומט אין היכל הקודש, מען טרעפט זיך מיט גוטע חברים, מען איז זיך מחזק מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט איז אלעס גרינגער. אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט קען מען ערלעדיגן פאר דעם אדער נאכדעם, דער שיעור דאס דארף זיין דאס וויכטיגסטער זאך ביים מענטש.


יעדער איינער דארף חיזוק; בפרט אויף די זאכן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז מען דארף כסדר חיזוק (ברכות ל"ב ע"ב): "אַרְבָּעָה דְּבָרִים צְרִיכִים חִזּוּק - תּוֹרָה, וּמַעֲשִׂים טוֹבִים, תְּפִילָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ"; דערפאר בעט איך דיר זאלסט קומען צום שיעור. ר' נתן פלעגט געבן יעדן מיטוואך א שיעור פאר אנשי שלומינו, האט ער געזאגט: "וואס מיר רעדן אין א פשוט'ן מיטוואך רעדן נישט גרויסע צדיקים אין גן עדן"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "וואס מיר רעדן אין א פשוט'ן מאנטאג הערט מען נישט אין ערגעץ"; וואס רעדן מיר שוין? נאכאמאל פונעם אייבערשטן, פון תורה תפילה, שלום בית וכו'.


איך גיי יעצט איבער דרוקן אשר בנחל אין אידיש; פאריאר האבן מיר געדרוקט טויזנט סעטס און אלעס איז אויסגעגאנגען אין ווייניגער ווי א יאר, יעצט וויל איך דרוקן עטליכע טויזענט סעטס. מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט דרוקן אשר בנחל וועט זען גרויסע ישועות, אז דו דארפסט א ישועה קענסטו נעמען א חלק אין דעם.


מיטוואך וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען - אין ישיבה, אין קרית יואל און אין מאנסי, זע אז דיין ווייב זאל קומען; לייג אלעס אין דער זייט אז אויף מיטוואך נאכט זאלסטו קענען בלייבן אין שטוב העלפן אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחי' זיין מיט די עצות פון רבי'ן. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.