מכתב יומי

כז תשרי תשע"ח

October 17 2017

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהאט בדעה צו פארן קיין ארץ ישראל קיין יבניאל גלייך נאך יום טוב, אבער למעשה זעט נישט אויס אז איך וועל יעצט פארן.


נעכטן איז נישט געווען קיין שיעור; איך האף אם ירצה ה' אז די אנדערע וואך וועט זיך צוריק אנהייבן די שיעורים פאר די אינגעלייט.


איך וויל דיר זייער בעטן יעצט ווען מיר זענען אריין אינעם נייעם יאר, אז דו זאלסט יעדן טאג לערנען אביסל חומש מיט תרגום, אויך זאלסטו לערנען אפאר פרקים משניות און א דף גמרא; א טאג וואס מען לערנט די הייליגע תורה וועט מען האבן הצלחה. געדענק, נאר דאס נעמט א מענטש מיט אויף יענע וועלט.


די וואך איז געווען א שרעקליכע טראגעדיע דא אין שטאט, א אינגערמאן איז פלוצלינג אוועק פון דער וועלט אינמיטן די סעודה שבת אינדערפרי. דער אינגערמאן פלעגט מיר זייער אסאך מאל אפשטעלן אויפן גאס און מיר זאגן אז ער איז זיך מחי' מיט די חיזוק יומי דרשות, און ער לערנט חומש וכו'. יעצט ווען ער איז שוין אהיים געגאנגען צוריק צום אייבערשטן, האט ער נאר מיט זיך דאס ביסל חומש וואס ער האט אריין געכאפט, און דאס ביסל תורה ומעשים טובים, נאר דאס נעמט א מענטש מיט אויף יענע וועלט.


איך ווייס נישט צי דו האסט געהערט די שרעקליכע מעשה וואס האט פאסירט מיט אונזער חבר, האיש החסד, לא מחזיק טיבותא לנפשיה, ... הי"ו; אינמיטן דער נאכט האט אויסגעבראכן א פייער ביי אים, און ער איז געראטעוועט געווארן מיט אלע זיינע קינדער, אלע זענען ברוך השם געזונט און שטארק, דאס איז בזכות וואס ער איז זיך מוסר נפש טאג און נאכט פאר אנדערע אידן. מיר אלע ווייסן ווי ער געבט זיך אוועק פאר א צווייטן איד ביי טאג און ביי נאכט שלא על מנת לקבל פרס. דער אייבערשטער האט אים געגעבן א מתנה, די גאנצע שטוב איז געבליבן לעבן בזכות וואס מען ראטעוועט אנדערע אידן.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אויך זען צו טון חסד מיט א צווייטן, אויב דו קענסט העלפן זיין משפחה, ער איז געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, יצא פלוני נקי מנכסיו, ער איז ארויס מיט זיין וויב און קינדער ריין - אן קיין וועש, אן גארנישט, און בזכות המצוה הזאת זאלסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


אם ירצה ה' מארגן - מיטוואך נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דערפאר זע צו זיין אין שטוב, דו זאלסט העלפן מיט די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די "פרויען צוזאמקום" און שעפן פרישע כוחות צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.