מכתב יומי
כח תשרי תשע"ט
October 07 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם יתברך אז מיר האבן היינט אנגעהויבן די עלפטע יאר ישיבה; א' נח שנת תשס"ט האבן מיר אנגעהויבן די ישיבה. עס איז אריבער אויף אונז אסאך רדיפות און אסאך שפיכות דמים, מענטשן האבן געטון אלעס וואס זיי האבן געקענט צו פארמאכן דעם הייליגן פלאץ, אבער בזכות הצדיקים האבן מיר זיך דערהאלטן און מיר וועלן זיך ווייטער דערהאלטן און אנגיין מיט די הייליגע ארבעט אריין צו ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה.
אין ישיבה לערנען מיר שוין איבער עלף יאר א טיפע סוגיא פון: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מיר לערנען און מיר נעמען אריין אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן און עס עקזעסטירט נישט קיין טבע מקרה מזל, אלעס לעבט פון אים.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט מיט אונז אמונה; מיר זאלן לעבן מיט אמונה אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן, אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.
מיין הארץ איז אנגעפילט מיט לויב צום אייבערשטן 'אשר בנחל' שם חלקינו וגורלנו יעצט ווען מיר גייכן אריין אינעם עלפטן יאר וואס מען לערנט מיט תלמידים נאכאמאל און נאכאמאל חיזוק אויף די אמונה.
דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות נזיקין הלכה ה', אות יא): "וּמִי שֶׁרוֹצֶה לָחוּס עַל חַיָּיו - צָרִיךְ לֵילֵךְ עַל יָדָיו וְעַל רַגְלָיו לְבַקֵּשׁ יְשִׁיבָה אֲמִתִּית כָּזֹאת, שֶׁיּוּכַל לִזְכּוֹת עַל יָדָהּ לֶאֱמוּנָה שְׁלֵמָה וּלְקִיּוּם הַתּוֹרָה, לְבַל יֹאבַד בְּתוֹךְ הַתְּהוֹמוֹת תַּחְתִּיּוֹת שֶׁנָּפַל לְשָׁם, כַּאֲשֶׁר הוּא יוֹדֵעַ בְּנַפְשׁוֹ", ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין לעבן דארף זוכן א ישיבה וואו מען לייגט אריין אין די תלמידים אמונה, נישט סתם זוכן נאר קריכן אויף די הענט און פוס אויפצוזוכן און טרעפן א ישיבה וואו מען לערנט אים אויס צו לעבן מיט אמונה.
דו ווייסט דאך ביי דיר אין הארץ וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט אנגעקומען צו דעם הייליגן ישיבה און צו וואס דו ביסט נאך יעצט זוכה דורך דעם פלאץ, וויפיל תורה, תפילה וקיום המצוות מען באקומט פון דעם הייליגן פלאץ. בלייבט איבער נאר צו דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן ווייטער קענען פאשפרייטן די ריינע אמונה אויף די וועלט.
דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכ"ט): "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, "גָּמַרְתִּי וָאֶגְמוֹר", איך האב געענדיגט און איך וועל ענדיגן; דאס זעען שוין אלע היינט בחוש ווי דער רבי נעמט איין די וועלט, אט אט קומט שוין משיח צו גיין, ער וועט אריין ברענגען און אלעמען די זאך פון תפילה והתבודדות.
דער רבי האט געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פולווער", ער וועט איינעמען דער וועלט מיט תפילה; דאס הייסט, ער וועט אריין ברענגען אין יעדן איינעם אז מען זאל נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, נאר יעדער זאל בלויז זיין פארנומען מיט זיך אליינס.
צוביסלעך הערט מען שוין פון אלעמען מעשיות פון תפילה, עס ווערט שוין א דרך כבושה לרבים צו רעדן צום אייבערשטן, מען זעט ווי עס ווערט שוין מקוים ר' נתן'ס ווערטער וואס ער האט געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס התבודדות וועט ווערן א דרך כבושה לרבים, אזוי ווי היינט צו טאגס ווען עס איז א פשוט'ע זאך אז יעדער איד טוט אן תפילין".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.