מכתב יומי

כח אדר א' תשפ"ב

March 01 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט מיר א מזל טוב, מיין זון הרב שלמה האט געהאט א טאכטער, עס איז מיר זייער א גרויסע שמחה; איך ווינטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך מיט שמחה ונחת.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט אזוי אריינגעטון אין די מלחמה צווישן די צוויי בלוטיגע לענדער; באלד וועסטו פארגעסן פון דיין אייגענע מלחמה. אנשטאט זוכן און נישטערן אין די נייעס וואס דארט טוט זיך - זאלסטו שטיין שטארק אין דיין מלחמה, אין די מלחמת היצר. הייב אויף דיין שווערד, הייב אן שיסן; עפן דיין מויל, הויב אן רעדן צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) די אידישע געווער איז תפילה, משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, מען דארף אבער וויסן ווי אזוי צו מלחמה האלטן, מען דארף אכטונג געבן צו האלטן דעם שווערד גלייך. דער רבי זאגט (שם): "וּמִי שֶׁזָּכָה לַחֶרֶב הַזֶּה", ווער עס איז זוכה צו האבן דעם געווער, "צָרִיךְ לֵידַע אֵיךְ לִלְחֹם עִם הַחֶרֶב", דארף וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם געווער, "שֶׁלּא יַטֶּה אוֹתָהּ לְיָמִין אוֹ לִשְׂמאֹל", ער זאל נישט בייגן דעם שווערד נישט רעכטס און נישט לינקס, נאר דאס האלטן גראד אינמיטן; מוהרא"ש איז מסביר, אזוי ווי ביי א מלחמה ווען איינער האלט א געווער אין זיין האנט דארף ער וויסן ווי אזוי צו מלחמה האלטן דערמיט, אזוי אויך ווען עס קומט צו תפילה דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו נוצן, עס דארף גיין פון ביידע זייטן; קודם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען פרייליך און מען באקומט האפענונג.


בנוגע ווער עס וועט געווינען די מלחמה; אלע פרעגן וואס גייט זיין? עס זעט אויס ווי מיר וועלן געווינען, אז מיר וועלן פאלגן די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר מנצח זיין.