מכתב יומי
כח אלול תשפ
September 17 2020
‹ ›[ביים סוף פון די היינטיגע בריוון איז דא א פרויען בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד מיינע טייערע אנשי שלומינו שיחיו וואס זענען געבליבן שטעקן אין ....
מיר האבן געטון וואס עס איז נאר מעגליך; איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס מען האט אלץ געטון איר זאלט קענען ארויסגיין פון עירפארט און אריין קומען קיין אומאן, מיר זענען געזיצן די גאנצע צייט און נישט גערוט קיין מינוט, יעדע פלאן וואס מיר האבן געמאכט און עס האט אויסגעקוקט ווי עס גייט ווייטער האט זיך פארמאכט.
יעצט ארבעט מען צו פארשאפן א פליגער ענק ארויסצונעמען פון דארט, ענק צוריק ברענגען קיין ניו יארק.
וואס איך גיי טון – וועל איך ענק באלד לאזן וויסן, אויב איך בלייב אין אומאן אדער וועל איך צוריק קומען זיין מיט ענק אינאיינעם.
איך וויל זיין ראש השנה מיט אנשי שלומינו; איך בין געקומען קיין אומאן נאר ווייל מען האט מיר געזאגט אז מען גייט אריין ברענגען די גאנצע קהלה, וואלט איך געוואוסט אז איר וועט נישט אנקומען – וואלט איך געבליבן מיט אייך; יעצט, אז איך בין שוין אין אומאן וועל איך ענק מודיע זיין וואס איך טו.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא
לכבוד מיינע טייערע אנשי שלומינו שיחיו וואס זענען געבליבן געשטראנדעט אין אונגארן, קערעסטיר.
איך האף אז איר ליינט אלע בריוו וואס איך שרייב פאר אנשי שלומינו פון ...
די אלע בריוו שרייב איך פאר אלע אנשי שלומינו, איך שרייב נישט נאר פאר ..., איך מיין אייך אלע, סיי אונגארן, סיי לאנדאן און סיי ניו יארק; אויך האבן מיר אנשי שלומינו אין ווארשע, אין בעלארוס און אין מינסק וכו'.
לעת עתה ווען מיר שטייען שוין ערב יום טוב און אלעס איז פארקלאפט, די שנאה איז שרעקליך, קיין איין איד לאזט מען נישט אריין קומען – דארפט איר טון די ריכטיגע שריט צו וואוסן וואו צו זיין.
עס קען זיין איך וועל אויך צוריק קומען; איך וויל זיין מיט אנשי שלומינו אינאיינעם.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה קיעוו, אוקריינא
לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תלמידי הישיבה שיחיו.
מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך דארף נישט אפגעבן פאר קיינעם קיין דין וחשבון – וואס איך טו און פארוואס איך טו, נאר פאר'ן אייבערשטן; דאך שרייב איך ענק וואס דא גייט פאר.
איך בין געפארן זונטאג האזינו קיין אומאן צו זיין ביים רבינ'ס ציון נאר ווייל מען האט מיר געזאגט אז מען שטעלט מיר צו א וועג אריין צו קומען קיין אומאן פאר מיר און פאר אלע אנשי שלומינו - איבער הונדערט פופציג מענטשן, אדעתא דהכי בין איך געפארן.
איך בין אנגעקומען מאנטאג קיין אדעסא, אוקריינא; גלייך פון עירפארט בין איך געפארן זיך טרעפן מיט די וואס ברענגען אריין וכו' וכו', ווען איך האב געזען און פארשטאנען אז די וועג אריינצוקומען איז קראנט – האב איך מציע געווען פאר אלע תלמידי היכל הקודש צו קומען, אפילו עס איז א שווערע וועג, א דרך לא דרך און אפילו עס קאסט א טייערע פרייז - דאך האבן אלע צוגעהערט און געקומען מיט מסירות נפש, נאך מער ווי אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים.
למעשה ווען די ערשטע טראנספארט פון פופציג מענטשן זענען אנגעקומען האט זיך אנגעהויבן ביטערע שווערע מינוטן; יעדע מינוט איז געווען פאר מיר זייער שווער, אפצומאכן וואס מען טוט ווייטער; מיט דעם אלעם האב איך נאכאלץ געבעטן די צווייטע טראנספארט זאל זיך ארויסלאזן אויף די זעלבע מסירות נפש'דיגע רייזע וואס מען קען נאכנישט שרייבן (שפעטער וועט מען דאס קענען דערציילן).
אויך איז געווען א דריטע טראנספארט ארויס צו פארן נעכטן פון אמעריקע און א פערטע טראנספארט איז געווען אין אונגארן.
היינט פארטאגס ווען איך האב געזען אז אלעס אלעס איז פארקלאפט, מען האט מיר געסטראשעט אז די ערשטע טראנספארט וועט זיין ראש השנה פארשפארט אין תפיסה – האב איך אלעס אפגעשטעלט און זיך אסאך מתבודד געווען וואס איך זאל טון, ביז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מחשבה: 'פאר צוריק'.
איך דארף ענדיגן שרייבן ווייל די פליגער הייבט זיך.
איך וועל זיין ראש השנה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק און זיך פרייען מיט'ן יעדן תלמיד.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים נרם יאיר.
איך בעט אייך איבער פאר די צער און עגמת נפש וואס איז אריבער אויף יעדן איינעם באזונדער.
גלייבט מיר, איך האב ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן; איך האב ענק געזאגט צו קומען ווייל איך וואלט דאס אליינס געטון, וואלט איך ווען געווען אין אמעריקע און געהערט אז עס איז דא א וועג אריינצוקומען קיין אוקריינע זיין ביים רבינ'ס ציון – אפילו נאר אויף איין פראצענט – וואלט איך אויך געקומען. והא ראי', איך האב דאך געשיקט מיינע קינדער מיט ענק - אפילו די יונגע קינדער, אפילו עס איז געווען זייער איינגעשטעלט. ווייל אז דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה – קען מען אויף גארנישט קוקן.
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק, מיין אומאן די יאר וועט זיין מיט אייך אלע אין שטעטל "קרית ברסלב"; זייט מיר מוחל אויף אלע שוועריקייטן.
פון ענקער ראש ישיבה וואס האט ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד אלע טייערע פרויען אנשי שלומינו תלמידות היכל הקודש שתחיו, קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן קיין ניו יארק, איך בין געווען ביים ציון און געבעטן פאר אלע תלמידים און תלמידות און פאר אלע אידן מען זאל האבן א גוט געבענטשט יאר.
איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דעם ראש השנה הבא עלינו לטובה אין קרית ברסלב ליבערטי; איך וויל אייך בעטן איר זאלט עפענען ענקערע הערצער אריין צו נעמען די אלע משפחות וואס ווילן זיין ראש השנה אין שטעטל צוזאמען ביים רבינ'ס קיבוץ.
זייטס נישט צעבראכן אז מיר זענען נישט אנגעקומען אין אומאן, ווייל מיר וועלן זיין אינאיינעם און דאווענען אינאיינעם – וועט דער רבי זיין מיט אונז; דער רבי וועט אראפקומען פון היכל קן ציפור זיין מיט אונזער קיבוץ.
מיר זענען אריבער די וואך אזא מסירות נפש, נאך מער ווי ביי די קאמוניסטישע צייטן; מיר האבן אלעס געטון צו זיין אין אומאן – איז עס אזוי ווי מיר זענען אין אומאן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.