מכתב יומי

כח חשון תשע"ט

November 06 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


גיי נישט אראפ פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער, אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער זיי זאלן נישט אראפ גיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער; זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער פארן גיין שלאפן און נישט אראפ גיין פון בעט אן נעגל וואסער.


מוהרא"ש דערציילט אז אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויפן הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער; דעריבער זאלסטו מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפ גיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


די בעסטע וועג ווי אזוי מען קען אריין ברענגען אין קינדער זיי זאלן זיך אפגיסן נעגל וואסער איז ווען טאטע מאמע טוען דאס אליינס, און אזוי איז מיט יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן אין שטוב ביי די קינדער. ווייל וואס די עלטערן טוען דאס טוען די קינדער; אז דו וועסט דאס טון יעדע נאכט וועט דיין ווייב זיך אויך אפגיסן און דיינע קינדער וועלן דאס אויך נאך טון, וועסטו האבן הייליגע קינדער.


חזר איבער כסדר הלכות טהרה אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; עס איז נישט גענוג דאס צו לערנען איין מאל פאר די חתונה, מען דארף דאס האלטן אין איין איבער חזר'ן אז מען זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן אין קיין איסורי כריתות. אז מען היט נישט הלכות טהרה - חוץ פון די עבירה וואס מען איז עובר רחמנא לצלן - באקומט מען אן עונש אז די קינדער וואס ווערן געבוירן זענען בעלי מומים רחמנא לצלן, נישט געזונט גייסטיש און פיזיש רחמנא לצלן. מען דארף האבן א שיעור אין די הלכות כדי מען זאל וויסן וואס איז א שאלה, ווי אזוי זיך צו פירן און וואס צו פרעגן.


היינט איז דא געדרוקט די הלכות אויף אלע שפראכן; פאר אלע וואס קענען נישט לשון הקודש איז דא אידיש, און פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש איז דא ענגליש א.א.וו.


איך בעט דיר זייער הער אויף געמבלען; איינער וואס קויפט די לאטערי טיקעט איז א חסר דעה. זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר אפן אז דו ביסט א חסר דעה אבער אפשר דער שפראך וועט רעדן צו דיר; פארוואס זאלסטו צערייסן געלט יעדן טאג ווען מיט די געלט קענסטו קויפן אביסל עסן פאר דיין ווייב און קינדער?!


פון יעדע תאוה קען מען ארויס גיין - אויב מען וויל; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "זאג נישט אז דו קענסט נישט, זאג אז דו ווילסט נישט"; אפלאזן שלעכטע מעשים ווענדט זיך אינעם מענטש, אויב ער וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.