מכתב יומי
כח טבת תשע"ח
January 15 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס וועקט אונז אויף פון אונזער שלאף און דערמאנט אונז פון תכלית; ער דערמאנט אונז אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאר אים דארף מען דינען, און וואס מיר דארפן זאלן מיר אים בעטן.
עס שטייט ביי די מלחמה פון עמלק (שמות יז, יא) אז כל זמן משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אויף ארויף האבן די אידישע קינדער מנצח געווען, אבער ווען משה רבינו האט אראפ געלייגט זיינע הענט האבן די אידן פארלוירן.
פרעגן חכמינו הקדושים (ראש השנה פרק ג, משנה ח): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה?" צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן, "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיין הענט אויף ארויף, ער האט געשטארקט די אידן: 'קוקט ארויף, עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט'.
מען איז געקומען שרייען צו משה רבינו אז עמלק שניידט שטיקער פון כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחַרֶיךָ", זאגן חז"ל (תנחומא כי תצא, סימן ט): "הָיוּ מְחַתְּכִין מִילוֹתֵיהֶם שֶׁל יִשְׂרָאֵל, וְזוֹרְקִין כְּלַפֵּי מַעְלָה", ער האט אראפ געווארפן אידישע קינדער, און דער מצב איז געווען זייער ביטער. וואס האט משה רבינו געטון? ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט צום הימל און געוויזן פאר די אידן: 'קוקט ארויף צום אייבערשטן, האט אמונה אין בורא כל עולמים, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס טוט ער', און ווען די אידישע קינדער האבן געפאלגט משה רבינו און ארויפגעקוקט צום אייבערשטן, האבן זיי מנצח געווען, ווייל ווען א מענטש פארלאזט זיך נאר אויפן באשעפער, זעט ער ניסים ונפלאות. און ווען די אידן האבן פארגעסן פונעם אייבערשטן, האט עמלק מנצח געווען.
מוהרא"ש זאגט אז עמל"ק איז בגימטריא ספ"ק; עמלק וויל נאר אריין ברענגען אין אידישע קינדער ספיקות, אזוי ווי עס שטייט (שמות יז, ז - ח): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן - וַיָּבֹא עֲמָלֵק; דארפן מיר זיך זייער שטארקן אין די אמונה הקדושה און גלייבן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר; אזוי איז מען זייער מצליח און מען איז יעדן מנצח.
דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, שטארק דיר מיט אמונה פשוטה אינעם הייליגן באשעפער, פארצייל אים אלעס וואס דרוקט דיר; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר ארויסנעמען פון דיין שווערע פלאנטער וואו דו ביסט אריין געפאלן. זאלסט זיך נישט מייאש זיין, ווייל רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען"; פון יעדע פלאץ און פון יעדע מצב קען מען ארויס קריכן, מען דארף נאר האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, נאר אלעס האט א חשבון, יעדע קליינע זאך און יעדע גרויסע זאך קומט פונעם אייבערשטן.
דאס איז די גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער רבי וויל גארנישט פון אונז, נאר איין זאך: 'פון ווען מיר עפענען אונזערע אויגן אינדערפרי זאלן מיר נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן', אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו): "איך האב געוואלט איר זאלט א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן - פון צופרי ביז אויף דער נאכט, אבער איך זע אז איר טוט דאס נישט, וויל איך אייך בעטן איר זאלט כאטשיג רעדן צום אייבערשטן איין שעה יעדן טאג"; זעט מען וואס דער רבי וויל פון אונז, אז מיר זאלן לעבן א חיים טובים, א חיים מתוקים וואס דאס קען נאר זיין אז מען לעבט מיט אמונה.
דערפאר ליבער ברודער, אז מיר זענען מקורב צו אזא גרויסער רבי, דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און זיך צוגעוואוינען צו שמועסן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג; יעדע זאך וואס דו דארפסט, זאלסטו אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון. גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס דיר אויס מיט אים אלע דיינע פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, זאלסט אים אלעס אויסדערציילן, וועסטו זען ווי דיין לעבן וועט זיך דיר טוישן לטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.