מכתב יומי

כט כסלו תשע"ח

December 17 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דאס איז דער תענוג פון עולם הבא - צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס. דורכן דאנקען דעם אייבערשטן ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין, איז מען נענטער צו אים.


חנוכה איז א צייט פון חינוך; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן נד): "עַל יְדֵי חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", מוהרא"ש איז דאס מסביר לויט ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים ז:): ווען מען וויל עפעס טרעפן, מען זוכט עפעס זייער שטארק, דארף מען זוכן מיט א ליכט; דאס מיינט דער רבי צו זאגן, אז ווען עלטערן זוכן מיט לעכט, זיי אינטערעסירן זיך וואס דער קינד טוט, מיט וועם דער קינד חבר'ט זיך, מיט וועם ער דרייט זיך, וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


עלטערן דארפן זיך אינטערעסירן כסדר ביי די מלמדים און ביי די מנהלים אויף זייערע קינדער, מען קען נישט סתם שיקן קינדער אין חדר און זיך נישט אינטערעסירן, נאר מען דארף זיך כסדר אינטערעסירן ביי די מלמדים און טיטשער'ס: "וואס מאכט מיין קינד?" "ער איז וואויל?" "ער פירט זיך מיט דרך ארץ?" "ער האט גוטע חברים?" מען דארף האלטן די אויגן אפען און זען זיי זאלן האבן גוטע חברים, זיי זאלן בלייבן הייליג און ריין.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק חנוכה פון שטוב, און לאזן איבער די ווייב און קינדער. אפילו מוהרא"ש האט אונז כסדר מעודד געווען מיר זאלן פארן אויף קברי צדיקים, מיר זאלן זיך אריבער כאפן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, אבער חנוכה - האט מוהרא"ש געזאגט - דארף א טאטע זיין אין שטוב מחנך זיין זיינע קינדער.


די בעסטע זאך און די געזונסטע זאך פאר קינדער איז צו פארברענגען מיט זייערע עלטערן. מענטשן מיינען אז מען דארף ארויס גיין פון שטוב וכו' פרייליך צו מאכן די קינדער, אבער באמת האבן קינדער ליב א ווארעמע שטוב, א שטוב וואו טאטע מאמע זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן. דערפאר בעט איך דיר, זוך דיר נישט וואו אוועק צו פארן יעדן שבת, דו צעטיילסט דיינע קינדער יעדע שני וחמישי וכו'; ענדערש בלייב אין שטוב, מאך דיר פרייליך אין שטוב.


די וועלט זאגט: "אשרי - יושבי ביתך", וואויל איז דעם מענטש וואס זיצט זיך אינדערהיים מיט זיין ווייב און קינדער, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף די חסד וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אז ער האט חתונה געהאט און ער האט אן אייגענעם טיש, ער איז נישט אנגעהאנגען בשלחן חבירו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:): "הַמְצַפֶּה לְשֻׁלְחָן חֲבֵרוֹ עוֹלָם חָשׁוּך בַּעֲדוֹ"; בפשטות גייט דאס ארויף אויף א בחור, ווייל אים איז 'עולם חשוך בעדו'. קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף א בחור; עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי א בחור, א בחור האט נישט קיין לעבן. ער וויל זיין ערליך, ער וויל נישט פוגם זיין בברית, אבער ער האלט אין איין נכשל ווערן נאכאמאל און נאכאמאל אין פגם הברית; אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סב:): "הַשָּׁרוּי בְּלֹא אִשָׁה, שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", איינער וואס האט נישט קיין ווייב האט נישט די אלע גוטע זאכן.


מען קען זאגן נאך א פשט אין דעם מאמר חז"ל: "הַמְצַפֶּה לְשֻׁלְחָן חֲבֵרוֹ עוֹלָם חָשׁוּך בַּעֲדוֹ"; דאס גייט ארויף אויף איינער וואס זוכט אלץ צו גיין מיט חברים, דער האט נעבעך א פינסטערער לעבן. איינער וואס איז נישט צופרידן צו זיצן אין שטוב מיט זיין ווייב אין קינדער, ער ווארט כסדר ווען עס וועט שוין זיין עפעס א מסיבה דא און דארט, ער טראכט שטענדיג: 'וואו קען איך גיין אויף א שבת מיט חברים וכו'', דער האט נישט קיין לעבן, אים איז שטענדיג פינסטער. חוץ פון דעם וואס עס איז פשוט אן עקל צו זען ווי מען קומט זיך צוזאמען קָאפֶּעל'ס; מען עסט צוזאמען, מען שמועסט צוזאמען, מען לאכט צוזאמען וכו' - אן קיין יראת שמים.


שלמה המלך זאגט (משלי ו, כז): "הֲיַחְתֶּה אִישׁ אֵשׁ בְּחֵיקוֹ וּבְגָדָיו לֹא תִשָּׂרַפְנָה, קען דען א מענטש האלטן פייער אויפן שויס און זיינע קליידער וועלן נישט פארברענט ווערן? אִם יְהַלֵּךְ אִישׁ עַל הַגֶּחָלִים וְרַגְלָיו לֹא תִכָּוֶינָה, קען דען א מענטש שפאצירן אויף ברענעדיגע קוילן און זיינע פיס זאלן נישט פארברענט ווערן? כֵּן הַבָּא אֶל אֵשֶׁת רֵעֵהוּ, לֹא יִנָּקֶה כָּל הַנֹּגֵעַ בָּהּ", דאס זעלבע סוף וועט זיין מיט א מענטש וואס זאגט: איך שמועס נאר, איך פארברענג נאר, רחמנא לצלן.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זיך, מען פירט זיך מיט יראת שמים; אפילו ווען מען גייט צו חנוכה מסיבות פירט מען זיך איידל, מיט צניעות; וואויל איז פאר די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייערע קינדער פון קליינווייז אן זיי זאלן האבן גוטע חברים. די עלטערן וועלן זוכה זיין צו (תהלים קכח ב-ג): "יְגִיעַ כַּפֶּיךָ כִּי תֹאכֵל אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ, אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


א פרייליכן חנוכה.