מכתב יומי

כח כסלו תשע"ט

December 06 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מוהרא"ש האט דערציילט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט יעדעס יאר חנוכה דערציילן די פאלגענדע מעשה; אמאל איז געווען א פרוי וואס האט געהאט א גרויסע משפחה מיט אסאך אייניקלעך און איר אייניקלעך, זי איז אבער געווען זייער ארעם, איינמאל האט זי צוזאמגענומען די גאנצע משפחה און זיי געזאגט די ווערטער: "ווי לאנג נאך וועלן מיר זיך אזוי מוטשען מיט אזא שרעקליכע ארעמקייט? מיר דארפן טרעפן א וועג ארויס צו קריכן פון אונזער דחקות, יעדער איינער זאל טראכטן וואס מיר קענען טון ארויס צו גיין פון די שרעקליכע ארעמקייט", האט זיך איינער פון די אייניקלעך גלייך אנגערופן מיט א לעזונג: "באבע'טשי איך בין אויפגעקומען מיט אן עצה, די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן אינעם גאנצן הויז איז 'איין איי', לאמיר ארויפלייגן די איי אויפן טיש און יעדער זאל טראכטן וואס מען קען טון מיט דעם איי", מען האט אזוי געטון, מען האט גענומען דעם איי און געלייגט אויפן טיש. האט אן אייניקל פארגעשלאגן אז מען זאל נעמען דעם איי און לייגן ביים שכן אונטער איינע פון זיינע הינער אזוי וועט ארויס קומען פון דעם איי א הינדעלע, ווען די הינדל וועט גרויס ווערן וועט זי לייגן אייער און פון די אייער וועט ארויס קומען נאך הינדלעך ביז מיר וועלן קויפן א גרויסע הינער שטייג, אזוי וועלן מיר האבן געלט; א צווייטע אייניקל האט זיך אנגערופן ווען מען וועט קויפן דעם גרויסן הינער שטייג זאל מען דאס לייגן און הויף אויף א פלאץ וואו עס וועט קענען ארויס געבן אסאך אייער; א דריטער אייניקל האט זיך אנגערופן אז עס איז כדאי צו פארקויפן א טייל פון די אייער און קויפן מיט די געלט א קו און פון די קו וועט מען האבן מילך און פון די מילך וועט מען מאכן פיטער מיט קעז און דאס פארקויפן וועט מען קיין לייזן א שיינעם מטבע; רופט זיך א פערטער אייניקל: "אפשר זאל מען נאכדעם קויפן אפאר קוען, אזוי וועט זיין מער מילך?" בקיצור עס איז געווארן לעבעדיג אין שטוב, אלע האבן שוין געטראכט וואו עס איז די פאסיגסטע פלאץ צו בויען דעם שטאל פאר די קוען, ביז איינער האט געגעבן א שאקל דעם טיש... די איי איז אראפגעפאלן און עס האט זיך צעבראכן, האט די באבע געגעבן א געשריי: "אוי וויי, יעצט האבן מיר גארנישט!"


האט דער הייליגער צאנזער רב אויסגעפירט: אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז דאס איז דער גאנצער לעבן פונעם מענטש; מען מאכט זיך חשבונות אז אויב מען וועט האבן געלט וועט מען קויפן הייזער און מאכן גרויסע געשעפטן און אזוי וועט מען האבן נאך מער געלט ביז מען וועט עפענען אן אייגענע פארבריק און אז מען וועט האבן אן אייגענע פארבריק ווען מען האבן נאך מער געלט וכו' וכו', אבער ביים סוף בלייבט גארנישט פונעם מענטש, ווייל ווען עס קומט אן דעם לעצטן טאג פונעם לעבן דארף מען אלעס איבער לאזן און צוריק גיין נאקעט צום אייבערשטן, דעמאלט נעמט מען מיט נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מען האט אריין געכאפט יעדן טאג.


באמת איז דאס געווען די ציל פון די יוונים, אריין צו ברענגען אינעם מענטש דמיונות און נארישקייטן וואס מאכט פארגעסן פונעם תכלית; איז יעצט חנוכה ווען עס שיינט די אור הגנוז הייבט מען זיך אן מתבונן זיין אז אלעס איז נארישקייטן, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער און עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויסער דינען דעם אייבערשטן (קוק נאך די מעשה אין ספר שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש, אות לב באריכות).


אחי היקר, טייערער ברודער ... נרו יאיר, יעצט חנוכה הייב אן פונדאסניי; גיי אין שול דאווענען מיט טלית ותפילין - דאס זאל זיין דיין ערשטע זאך וואס דו טוסט ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי, דאס וועט זיכער בלייבן פון אונז; דערנאך נעם א חומש און לערן יעדן טאג אביסל שנים מקרא ואחד תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. און אויב דו האסט נאך אפאר מינוט לייג צו רש"י, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יט) אז שנים מקרא ואחד תרגום איז א תיקון הברית; נאכדעם מאך דיר א שיעור אין משניות; הייב אן פון אנהייב מסכת ברכות, יעדן טאג זאלסטו לערנען משניות - וויפיל פרקים דו קענסט זאגן זאלסטו זאגן ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, און ווען דו וועסט ענדיגן סדר זרעים זאלסטו גיין צו סדר מועד, זאלסט נישט איבער חזר'ן די פרקים וואס דו לערנסט פאר דו ענדיגסט נישט גאנץ ששה סדרי משנה.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן ווייטער די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה רייניגט דעם מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן חז"ל (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.


אז דו וועסט דאס טון און זיך אזוי פירן וועסטו נישט דארפן קרעכצן אזוי ווי די אלטע באבע האט געקרעכצט ווען די איי איז אראפ געפאלן וכו', דו וועסט האבן סחורה אין דיין האנט.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור אם ירצה ה', וואו מען וועט זיך מחזק זיין מיטן פך שמן טהור וואס מיר האבן געטראפן.


א ליכטיגן חנוכה.