מכתב יומי

כט סיון תשפ"ב

June 28 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש תמו"ז, עס כאפט א ציטער, מיר קומען שוין נאנט צו די הייליגע טעג. די דורשי רשומות זאגן, תמוז איז ראשי תיבות: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין.


גיי זאג יום כיפור קטן; ביי אנשי שלומינו זאגט מען יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן, בפרט דעם חודש דארפן מיר אסאך רחמי שמים, ווייל אין זוהר הקדוש שטייט אז די חודש האט עשו גענומען פאר זיך, אין דעם חודש הויבט זיך אן די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין ווערן אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות בכלל ובפרט.


אויך זאלסטו צוריק אנהויבן דיין שיעור אין משניות; משניות האט אין זיך א געוואלדיגע כח, עס רייניגט פון אלע שמוץ, אפילו מען איז אראפגעפאלן אין ביטערע חטאים, אויב מען לערענט משניות - ווערט מען ריין, מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די קליפות.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט שוין גיין כשר'ן דיין טעלעפאן; ווארט נישט אויף א קלאפ פון הימל. דער אייבערשטער זאל אפהיטן, ווען דער גיבור קומט - דעמאלט איז זייער ביטער. זע דיין טעלעפאן און אלע דיינע מעשיות וואס דו האסט - זאלן זיין ריין פון עבירות.


מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן אויף ראש השנה; מיט וואס פאר א פנים וועסטו קומען? וואס וועסטו זאגן דעם רבי'ן? טו עס שוין יעצט.