מכתב יומי

כח שבט תשע"ח

February 13 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"ב, סימן קיט): "אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער איז פול מיט יסורים". נאך זאגט דער רבי (שם): אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פיל מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז" א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשענען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט  ווייטאג און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, מען דארף נעמען דעם 'עמל' וואס עס שטייט 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד' און עס אריין לייגן אין די תורה 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.


דערפאר בעט איך דיר זייער, כאפ זיך צוריק, נעם א משניות מיט א גמרא און כאפ אריין פרקים משניות און דפים גמרא, סוף כל סוף וועט נאר דאס איבער בלייבן פון אונז.


עס איז געווען א גרויסער ערליכע איד, א ברסלב'ער חסיד, ר' ישראל קארדונער זכרונו לברכה. ער האט געזאגט אזוי: "איין מאל דער רבי האט שוין געשריגן (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אין שום יאוש בעולם כלל", קען דער ס"מ טאנצן פון דער הימל ביז דער ערד, עס וועט אים שוין גארנישט נוצן"; דערפאר דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר ווייסן פון אזא גרויסע רבי וואס האט געשריגן מיט א הויך קול (שיחות הר"ן, סימן קנג): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען", דער יצר הרע וויל נאר איין זאך פונעם מענטש: ער זאל זיך אונטערגעבן, ער זאל ביי זיך אפמאכן 'איך בין שוין פארפאלן'. יעדעס מאל ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות וויל ער נאר דאס, אז דער מענטש זאל אויפגעבן. ווייל ווען א מענטש געבט נישט אויף און אפילו ער פאלט אראפ און ער זינדיגט נעבעך מיט שווערע ביטערע עבירות, טוט ער נאכדעם תשובה און ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ווערט פון אלע זיינע עבירות זכותים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:) אז ווען א מענטש טוט תשובה ווערן זיינע עבירות זכיות.


דערפאר טייערע ליבער ..., קוק נישט וואס איז געווען ביז יעצט און הייב אן פון דאסניי. גיי אין שול און טו אן טלית ותפילין; קוק נישט אויף קיינעם, טראכט נישט פון קיינעם, דו גיי נאר צום אייבערשטן. נעם א גמרא, א משניות און זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועסטו זוכה זיין צו אלע  ברכות וישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.