מכתב יומי

כח תשרי תשע"ח

October 18 2017

 


 בעזרת ה' יתברך 


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


 לכבוד ... נרו יאיר


 


איך האף אז דו לערנסט נאך יעדן טאג דעם דף גמרא; אפילו דו ביסט פארנומען און דו האסט אסאך זאכן צו ערלעדיגן, דאך זאל די דף גמרא זיין ביי דיר א זאך וואס דו ביסט אויף דעם נישט מוותר. און וויסן זאלסטו אז דער בלאט גמרא איז די בעסטע פלאץ וואו מען קען אנטלויפן. 


איך לערן יעדן טאג פאר צופרי דעם דף פאר אלע אברכים וואס וואוינען אין וויליאמסבורג, און דו קענסט דאס קומען מיטהאלטן. 


עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, און גארנישט בלייבט נישט פונעם מענטש, נאר דאס ביסל תורה וואס מען לערנט. 


איך קען נאך נישט קומען צו מיר פון די שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט דא אין שטאט דעם פארגאנגענעם שבת, א אינגערמאן נאך נישט קיין דרייסיג יאר אלט איז אוועק אינמיטן די שבת'דיגע סעודה; ער האט געהאט אלעס וואס דו ווילסט האבן - אן אייגענע הויז, א שטיקל ביזנעס, א שיינע קאר וכו' וכו'; אבער וואס האט ער מיט זיך מיט גענומען? נאר דאס ביסל תורה וואס ער האט זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג. ער האט מיר אפגעשטעלט פונקט א יאר צוריק אויפן גאס, און מיר געזאגט אז ער איז יעדן טאג מעביר סדרה, ער לערנט אביסל משניות, און ער איז זיך מחיה מיט די חיזוק יומי. 


נאר דאס נעמט א מענטש מיט - תורה ותפילה; וואס בלייבט פונעם מענטש? ער קומט און גייט, טוט און מאכט, ער נעמט קער, און פלוצלינג... דער מענטש בלייבט אליין. דעמאלט קומען צו גיין אלע דפים גמרא, פרקים משניות און מזמורי תהילים וואס מען האט אריינגעכאפט, כל שכן וכל שכן אז א מענטש האט זיך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגער רוה. 


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן, און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רוה; דאס איז זייער אינטערעסאנט, ווייל אז מען קוקט אריין אין תנא דבי אליהו, איז דא אן אנדערע גירסא, עס שטייט נישט דארט וּ'תְפִלּוֹת', נאר עס שטייט דארט וְ'תִּיפְלוּת', און עס איז משמע אז מען רעדט דארט פון ניבול פה, אז א מענטש זאל זיך אפהיטן נישט צו רעדן ניבול פה, אבער מוהרא"ש האט געהאט אן אנדערע גירסא וְ'תִּיפְלוּת'. 


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (אבות ו, ט): לְפִי שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם, אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶּסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבט די גאנצע געלט און זילבערנע כלים וכו' וכו' אין שטוב, און מען נעמט גארנישט מיט נאר תורה ותפילה. 


דערפאר, שטארק דיך און באניי דיר צוריק מיט דיינע שיעורים; חַדֵּשׁ יָמֶךָ כְּקֶדֶם!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.